הויפט בלאט באריכט לויפנדע גאווענער אין ניו דזשערזי אויפגענומען בכבוד והערצה במעונו פון האד' מסקולען לעיקוואד

לויפנדע גאווענער אין ניו דזשערזי אויפגענומען בכבוד והערצה במעונו פון האד' מסקולען לעיקוואד

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א איז נעכטן זונטאג אפגעהאלטן געווארן א בכבוד'ידע אויפנאמע פארן לויפנדע רעפאבליקאנער גאווענער אין ניו דזשערזי דזשעק סיאטארעללי. ביים אנקומען איז ער אויפגענומען געווארן דורך די גדולי עסקני עיר לעיקוואד און ראשי ק"ק סקולען וועלכע זענען אנוועזד געווען ביים זיצונג. אזוי אויך האט זיך באטייליגט העסקן ר' אריה שעכטער מחסידי חב"ד א נאנטע געהילף און די פאליציי קאמישינער אין ניו דזשערזי.

בין הדברים איז ארויפגעברענגט געווארן פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, בעיקר איבער די ערליכע חינוך אין ניו דזשערזי וואו דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז די אלע פעולות דא אין שטאט וועט אפשפיגלען אין אנדערע שטעט. אויך האט דער רבי געשתדל'ט פאר אסירי ישראל אין די טורמע'ס און באזונדער איז דיסקוסירט געווארן דער אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם די לעצטע תקופה.

צום שלוס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און די עסקנים האבן ארומגעוויזן דער לויפנדע גאווענער אינעם סוכה הגדולה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לקראת זמן שמחתינו אין דער סקולענער הויף אין לעיקוואד.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00