זונטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
כלל ישראל און בפרט תושבי לאנדאן הבירה זענען אין די טעג מתפלל לרפואתו השלימה פון הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה אין לאנדאן, וועלכער איז ליידער שרוי בחולשה, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
דער ראש ישיבה וועלכער ווערט פאררעכנט אלס דער זקן ראשי הישיבות באייראפע, האט זיך אנגעהויבן נישט גוט שפירן דעם יום טוב ראש השנה, וואו ער האט זיך געמוטשעט מיט שווערע יסורים און פארשידענע קאמפליקאציעס, דאראונטער שוועריגקייטן מיטן אטעם.
דעם צווייטן טאג ראש השנה איז דער ראש ישיבה נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען און זינט דאן איז ליידער נישט געווען קיין שינוי לטובה אין זיין מצב הבריאות.
די דאקטוירים האבן געראטן צו באהאנדלען דעם ראש הישיבה אינדערהיים אויס מורא פון אינפעקציעס וואס דרייען זיך ארום צווישן די גרויסע שפיטאל ווענט.
אידן ווערן געבעטן צו מתפלל זיין פאר מרן אליקים בן בילא בתוך שאר חולי ישראל, על הצדיקים ועל זקני עמך בית ישראל יהמו נא רחמיך.