הויפט בלאט באריכט הויפענעס חיזוק פאר אידישע ארעסטאנטן ביי באזוך פון האד' מסאדיגורא ירושלים אין אוטעסוויל טורמע

הויפענעס חיזוק פאר אידישע ארעסטאנטן ביי באזוך פון האד' מסאדיגורא ירושלים אין אוטעסוויל טורמע

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' נצבים • כ"ג אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א איז געוועהן צוגאסט אין ניו יארק האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין די פעדעראלע אוטעסוויל טורמע וואו דער רבי האט מחזק געוועהן די אסירי ישראל וועלכע שמאכטען ליידער דארט אין תפיסה.

די וויזיט איז אראנדזשירט געווארן דורוך דעם ניו יארק סטעיט אסעמבלי מיטגליד הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו וואס האט באגלייט דעם רבי'ן צום טורמע. ביים באזוך איז אנוועזנד געוועהן דער טשאפלען פונעם טורמע, הרב חיים שוחט שליט"א.

נאך גרויס השתדלות האט מען גרינגערהייט אריינגעלאזט דעם רבי'ן אינעווייניג, וואו עס האבן זיך פארזאמלט די אסירי ישראל וואס געפונען זיך דארט אין תפיסה, אידן פון אלע סארט.

דער רבי שליט"א האט געהאלטן א דרשה פאר די ארטיגע אידן, און זיי מחזק געווע ןא לענגערע צייט מיט דברי חיזוק, זיך צו האלטן שטארק טראץ די שווערע נסיונות, דער רבי האט דאן ארומגערעט דברי הכנה צו די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום, רעדנדיג אויף די ענגלישע שפראך.

דערנאך האט זיך דער רבי געטראפן מיט די ווארדען פונעם טורמע און דער אויפזעהער פון דעם קעמפ סייט ווי רוב היימישע יודן געפינען זיך אין אוטעסוויל, און דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ען ביי די באאמטע לטובת די אידישע ארעסטאנטן יושבי חושך וצלמוות.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00