זונטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אריינגעפארן צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים דורכצופירן א סעריע אונטערזיכונגען לצורך בריאת גופו הטהור.
ווי ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א געליטן פון א בראך אויף די אקסל נאכן אומפאלן מיט עטליכע וואכן צוריק, די ערהוילונג'ס פראצעדור איז געגאנגען ווי געפלאנט, ביז דעם סוף וואך ווען דער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן פארשידענע מיחושים און האט זיך געמוטשעס מיטן אטעם זייענדיג אנגעוויזן אויף אקסידזשען.
די דאקטוירים געראטן אז דער רבי זאל אריינקומען אין שפיטאל אויף א טעסט, נאכדעם וואס עס איז דא א פארדאכט פון א אינפעקציע אדער אנדערע נאכווייען וואס מאכט זיך אפט נאכן זיך איינגעוואוינען צו פרישע מעדיקאציע.
ליידער האבן די רעזולטאטן פון די בדיקות געוויזן א ערנסטע לונגען אנטצינדונג וואס האט זיך ליידער פארערגערט, און צוגעברענגט קאמפליקאציעס מיטן אטעם אזש דער רבי איז געוועהן אנגעוואנדן אין אקסידזשען.
נאכמיטאג ווען עס איז קלאר געווארן אז דעם רבינס מצב איז ליידער נישט אמבעסטן, האבן די דאקטוירים געראטן צו שפיטאליזירן דעם רבי'ן פאר די קומענדיגע טעג צו קענען דורכפירן די נויטיגע באהאנדלונגען. כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען לרפואתו השלימה, פון מרן יעקב ארי' בן יוטא הענא בתוך שאר חולי ישראל.
והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.