הויפט בלאט נייעס תפילות ישראל עשה רושם: דאקטוירים צופרידן נאך אפעראציע ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

תפילות ישראל עשה רושם: דאקטוירים צופרידן נאך אפעראציע ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי בעלזא פון איבער די וועלט האבן מיט תהילימ׳לעך אין די הענט אויפגענומען די גוטע בשורה פון ירושלים אז די אפעראציע ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז בחסדי שמים אריבער סוקסעספול, די דאקטורים זענען נארוואס ארויס פון די אפעראציע-צימער און זענען צופרידן מיט די אנטוויקלונגען.

די אפעראציע האט זיך פארענדיגט דריי אזייגער נאכמיטאג ארטיגע זייגער, בסך הכל האט די אפעראציע געדויערט דריי שעה ווי געפלאנט, און ס'וועט נאך נעמען עטליכע שעה צו באקומען די מער פונקטליכערע רעזולטאטן.

אין אלע בעלזער בתי מדרשים איבער די גארער וועלט האבן זיך געשטעלט משמורות תהילים, אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא איז פארגעקומען א גרויסער מנין תהילים אין שפיץ פון די זרע המלוכה אייניקלעך פונעם רב שליט"א. מערערע קבוצות האבן מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים און קברי צדיקים, ביים כותל המערבי און אין אתרא קדישא מירון זענען געוועהן פארזאמלט הונדערטער בעלזער חסידים, באזונדער איז פארגעקומען א מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע אויפן הר המנוחות און ביים ציון פון הגה"ק מבולגרייא זצ"ל אין טבריה וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט א גרויסן קבוצה חסידים פון חיפה, וואו מען האט אויסגעזאגט ספר תהלים און מעתיר געוועהן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן ישכר דוב בן מרים לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, עוד ינוב בשיבה דשן ורענן.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00