דינסטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אהיימגעקערט לביתו נאווה קודש אין ירושלים, נאכן פארוויילן די לעצטע דריי וואכן אין מושב אורה בגלילות ירושלים אויף אפרוה.
כאטש וואס דעם רבינס מצב הבריאות איז נאכנישט אמבעסטן נאכן אמפאלן דעם פארלאפענעם שבת נחמו, וועט דער רבי שליט"א אין די נאנטע טעג אנהייבן אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג, צוליב דעם זמן קצר ומלאכה מרובה, כדי די טויזנטער חסידים זאלן קענען דורכגיין בעפאר די הייליגע טעג זיך מזכיר זיין אויף א גוט געבענטשט יאהר.
אין אנדערע נייעס האט דער רבי שליט"א די וואך ערהאלטן נייע תפילין בתים אין גאר א קליינע פארמאט, כדי צו קענען לייגן תפילין של יד טראץ וואס דער ביין פונקט ביים מקום התפילין האט זיך צובראכן, און צוליב דעם איז נישט געווען מעגליך צו לייגן דעם תפילין של יד.
כאטש דער רבי האט ערהאלטן א קלארן פסק הלכה אז ער דארף נישט לייגן קיין תפילין של יד, נאר מאכן צוויי ברכות אויפן תפילין של ראש, האט דער רבי שליט"א – וואס איז בטבע א מחמיר, און זוכט צו מהדר זיין במצוות – געבעטן פון די מקורבים צו טון וואס מעגליך אז ער זאל יא קענען לייגן תפילין של יד, דעם רבינס שטוב האט זיך געוואנדן צום סופר מומחה הרה"ח ר' בנימין גאטטעסמאן הי"ו מחשובי חסידי גור אין ערד, וועלכער האט ערצייגט גאר ספעציעל צוגעפאסטע בתים אין א גאר קליינעם פארמאט, וואס דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן לייגן די וואך, טראץ וואס דאס קומט נישט אן גרינג פארן רבי'ן אין זיין יעצטיגן צושטאנד.