מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
די נאכט בעת די חתונה הגדולה בחצר הקודש סקווירא, פון אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבי׳ן א פערזענליכע בריוו וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט ספעציעל אפגעשיקט צום רבי'ן מיט א מזל טוב וואונטש לרגל השמחה במעון קדשו.
די בריוו איז געווארן איבערגעגעבן פארן רבי׳ן בעפאר תפילת מעריב בשעת די סעודת החתונה דורך העסקן הרב החסיד ר' דוד כ"ץ הי"ו פון די איזראעל העריטעדזש פאונדעישאן, וואס איז מקורב למלכות אינעם ווייסן הויז און פארמאגט א נאנטן קשר צום פרעזידענט, ער איז צוגעקומען צום רבי'ן אין באגלייטונג פון הנגיד ר' ישראל משה שפיטצער הי"ו דער מעיאר פון שיכון סקווירא, און אסעמבלימאן הרה"ח ר׳ אהרן בן ציון ווידער הי"ו.
דער רבי שליט"א האט ארויסגענומען דעם בריוו פונעם האלטער און בפני קהל ועדה דורכגעליינט דעם גאנצן בריוו אויף די ענגלישע שפראך, מיט א קענטיגע קורת רוח. דער רבי האט דאן געהייסן אוועקלייגן דעם בריוו און זיך באדאנקט פאר די שליחים העסקנים הדגולים.