הויפט בלאט באריכט הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר דק"ק סאטמאר ירושלים וועט פארקומען ביומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע כ"ו אב

הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר דק"ק סאטמאר ירושלים וועט פארקומען ביומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע כ"ו אב

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי סאטמאר אין ירושלים גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמד הנחת אבן הפינה פאר'ן נייעם ניין שטאקעדיג'ן בנין האדיר והמפואר ביהמ"ד הגדול והמוסדות דקהל ייטב לב דסאטמאר בעיה"ק ירושלים, וואס וועט פארקומען דעם קומעדיגן כ"ו אב בעצם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, ווען עס וועט געלייגט ווערן דעם אבן היסוד וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט יוצק געווען ביים היסטארישן מעמד פארלאפענעם פסח שני אין קרית יואל  פארן בית גדול לה' ולתורתו הק' וואס וועט דינען אַלס תל תלפיות פאר סאַטמאַרער חסידים אין ירושלים, און וועט בעז"ה אַנטהאַלטן אין זיך אַלעס וואָס עס פעלט זיך נאר אויס פאר א קהלה קדושה בישראל.

ווי באקאנט איז דער ק"ק סאטמאר אין ירושלים נע ונד די לעצטע תקופה זינט די גרויסע שריפה ה"י, וואס האט באטראפן דער בנין הקהילה והמוסדות אויף רחוב יונה,  מיט עטליכע חדשים צוריק איז געלאזט געווארן אין גאנג די בוי ארבעט אויפצובויען א ריזן בנין פאר חסידי סאטמאר בעיר השם שמה, און פארלאפענעם פסח שני האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געגאסן די יסוד ביי א באשיידענעם מעמד אין קרית יואל. אצינד ווען דער ריזיגער בוי פראיעקט גייט אהן אין פולן שוואונג, מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמייא, אין א שנעלן אימפאט, וועט פארקומען א געהויבענע מעמד וואו מען וועט אריינלייגן דעם אבן יקרה אינעם ערשטן יסוד הבנין וואס ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע טעג להניח ברכה אל תוך פינת יקרת דער גיגאנטישער בנין בית השם.

די אבן היסוד וועט געברענגט ווערן דורך די חשובע נדיבי עם בוני בית ה' שותפים אינעם פראיעקט שליחי הקודש פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, און ביים מעמד וועט מען האבן די זכיה לקבל פני הקודש פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וואס וועט אריינלייגן דעם אבן היסוד אינעם נייעם בנין אדיר ומפואר.

אין נאכפאלג וועט דעם קומענדיגן ווינטער אפגעראכטן ווערן דער מעמד יציקת היסודות פארן ביהמ"ד החדש ברוב עם הדרת מלך, בעת דעם ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ארצינו הקדושה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00