הויפט בלאט באריכט התרגשות צווישן חסידי סקולען לרגל קביעת משכנו פון האד' מסקולען אין שטאט בארא פארק

התרגשות צווישן חסידי סקולען לרגל קביעת משכנו פון האד' מסקולען אין שטאט בארא פארק

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


חסידי סקולען אין בארא פארק האבן מיט פרייד אויפגענומען די ידיעה, אז אין די קומענדיגע וואכן וועט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אפיציעל קובע משכנו זיין אין די שטאט בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א וועט ממשיך זיין בעבודת הקודש בבית מדרשו של אבותיו הק', בהנהגת העדה לשם ולתהלה.

דער סקולענער רבי שליט"א איז דער ממשיך דרך פון זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל, און פירט ווייטער די עדה הק' בדרכי אבותיו פון זיין גרויסן פאטער און הייליגע זיידעס, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל ובנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל.

במשך די לעצטע חדשים, זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די הנהגת העדה, נאך'ן הסתלקות פון זיין גרויסן פאטער זצ"ל ביום המר ה' אלול תשפ"ד, קלאַמערן זיך אידן ווייטער זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש, און די תפילות און טישים פון רבי'ן שליט"א ברענגען אריין א חמימות און התרוממות בלבות בני ישראל אויף א געהויבענעם שטייגער.

אין די לעצטע חדשים האט דער רבי שליט"א נאך ווייטער געוואוינט אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיינע סדרי הימים בעסק התורה בהתמדה רבה.

איצט, גלייך נאכ'ן זומער־סעזאן, וועט דער רבי שליט"א אפיציעל קובע משכנו זיין אין די שטאט בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א וועט בקביעות פראווענען די געהויבענע שבתים וימים טובים מדי שבת בשבתו ומועד במועדו, און מען וועט כסדר קענען מיטהאלטן די תפילות און טישים בכל עת מצוא.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00