מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין צייט וואס דאס יהדות החרדית קאכט ווי א קעסל אין ליכט פונעם ביטערן מצב בארצינו הקדושה, וואו עס הערשט א סכנה אויף די בחורים און יונגעלייט מיט'ן ביטערן גזירות הגיוס, איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן איבער א גאר זעלטענע אסיפה וואס וועט ערשטמאליג צוזאמנעמען "אלע" אדמו"רים, רבנים, ראשי ישיבות, און משפיעים פון די חסידישע קרייזן אין ארצינו הקדושה וואו די ראשי עם קודש וועלן פאראייניגטערהייט מטכס עצה זיין און אפשרייען די ביטערע גזירה, וואס די ציוניסטישע ממשלת השמד האט ליידער גוזר געווען אויף אלע לומדי תורה אין ארץ ישראל מיט'ן ציל להשמיד ולאבד כל הקודש לנו.
דאס קומט אין צייט וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט פאקטיש אנגעהויבן פּלאנירן מאסן ארעסטן אויף בחורים און אברכים וועלכע שטעלן זיך נישט צום מיליטער, און באזונדער בויען זיי גרויסע טורמעס וואו צו האלטן טויזנטער בני ישיבות, היל"ת.
אין די טעג זענען שוין א משלחת נכבדה פון די סאמע גרעסטע ראשי הישיבות פון די חסידישע קרייזן ארויף לבתי גדולי ישראל, אנגעהויבן ביי די אדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה, און אזוי אויך די אדמור"ים ומנהיגי הקהילות החונים תחת דגל העדה החרדית זיך דורכצורעדן און אויסשמועסן די ערשטע דעטאלן פונעם אסיפה, וואס וועט ווארשיינלעך אפגעהאלטן ווערן די קומענדיגע וואך און וועט צוזאמברענגען אונטער איין דאך צענדליגער ביז הונדערטער מנהיגי קהילות הקודש מדן ועד באר שבע, מיט'ן ציל צו בויען א געמיינזאמע פאזיטיווע צוזאמענארבעט צו באקעמפן די גזירה.
צווישן די רבני הוועד וואס האבן שוין היינטיגן דאנערשטאג אנגעהויבן ארומגיין צו די שטובער פון מרנן האדמור"ים: הגאון רבי הערשל ראבינאוויטש ראש ישיבת באיאן, הגאון רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים בן האדמו"ר מסלונים, הגאון רבי חיים בונים שץ רב דחסידי גור אין ירושלים, הגאון רבי חיים מאיר ווייס מרבני ק"ק וויזניץ און נאך.
פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים אלעס ארום די היסטארישע אסיפה דא אויף בחצרות הקודש.