3
זונטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון זקן ראשי הישיבות הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע און חבר מועצת גדולי התורה וואס איז דורכאויס שבת ווידער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע קאמפליקאציעס. די ראש ישיבה געפונט זיך אין די איי. סי. יו. אפטיילונג און דאקטוירים זאגן אז מ'דארף אסאך תפילות ישראל.
די פילאדעלפיע ישיבה האט ארויסגעשטעלט א מודעה צו מתפלל זיין פארן ראש ישיבה מרן רבי שמואל בן איטא עטיל לרפואה שלימה, וואס איז נישט לאנג צוריק געווארן הונדערט יאר בלי עין הרע לאורך ימים ושנים טובים.
והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.