מאנטאג פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
לכבוד דער יובל החמישים דער פופציגסטער יארצייט פון הגאון הגדול רבי משה חברוני זכר צדיק לברכה ראש ישיבת חברון איז מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א ערשינען אויף א באזוך אין היכל ישיבת חברון אין גבעת מרדכי און געהאלטן א שיחת חיזוק פאר די טויזנטער תלמידי ישיבה. בימי בחרותו איז דער פוסק הדור שליט"א געווען ממצויני התלמידים אין ישיבת חברון, און האט אלע יארן אנגעהאלטן א נאנטן קשר צו די גדולי ראשי ישיבה, אצינד בעת די ישיבה האט אפגעצייכנט דעם 50'סטע יארצייט פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה חברוני זצ"ל, איז דער גאון שליט"א איינגעלאדנט געווארן צו קומען באזוכן די ישיבה.
ווען דער פוסק הדור שליט"א איז אנגעקומען אין ישיבה איז ער באגריסט געווארן מיט גרויס כבוד דורך די ראשי הישיבה ובראשם הגאון רבי דוד כהן שליט"א וועלכע האט באדאנקט דעם גאון פארן אונטערנעמען די טירחה צו קומען מחזק זיין די ישיבה. דערנאך האט דער פוסק הדור שליט"א אנגעהויבן דעם שיחת קודש, ומן ההר אל העם גערעדט צו די בחורים אויף לשון הקודש אז מען זאל קענען פארשטיין די ווערטער. בתוך דבריו האט דער גאון מרחיב געווען איבער דעם מהות פון א בן ישיבה וואס איז כולל תורה יראת שמים מדות טובות און הנהגות טהורות.
צום סוף פונעם שמועס האט דער פוסק הדור שליט"א דערציילט א רירנדע סיפור פון ווען ער האט אלס בחור געלערנט אין ישיבת חברון איז ער אמאל אריין אל הקודש פנימה צו הרה"ק מבעלזא זי"ע, ווען דער בעלזער רב האט געהערט אז ער לערנט אין ישיבת חברון האט ער געבעטן איבערצוגעבן א שליחות צו די בחורים, און אצינד איז געקומען די צייט – לקץ שביעים שנה, זיבעציג יאהר שפעטער – איבערצוגעבן דעם הייליגן שליחות.
דער בעלזער רב זי"ע האט דאן געזאגט אז ווען מען לערנט א מסכתא דארף מען דאס דורכלערנען פון אנהויב ביזן סוף און נישט אויסלאזן אפילו איין בלאט, ער האט ערקלערט אז פאר יעדע מסכתא וואס מען לערנט אויף דער וועלט בויעט מען פאר זיך א הויז אויפן עולם האמת, און אויב מען לערנט א מסכתא און מען מאכט נישט קיין סיום דערויף וועט זיין הויז אויפן עולם האמת נישט זיין בשלימות און דאס וועט פאר איהם זיין א בושה לנצח נצחים, וכן להיפך. דער פוסק הדור האט דערביי מחזק געוועהן די בחורי חמד יושבי אהל צו ענדיגן נאך און נאך מסכתות הש"ס, און אויסנוצן יעדע רגע אויף לימוד התורה.
דער גאון שליט"א איז דערנאך ארויסבאגלייט געווארן דורך די ראשי ישיבה ורמי"ם וואס האבן זיך הערצליך באדאנקט פאר דעם שיינעם באזוך וואס האט איבערגעלאזט הויפנס מיט חיזוק פאר די מרביצי תורה און תלמידי הישיבה.