דאנערשטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם קומענדיגן שב"ק פ' חקת וועט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א אין אן ערשטמאליגן שריט ארויספארן קיין אונגארן וואו דער רבי וועט וויילן אויף א זעלטן געהויבענעם שבת מיוחד פאר יחידי סגולה נדיבים בעם חסידי דאראג, וואס איז גאר א היסטארישע זאך ביים רבי'ן וועלכער האט אין די לעצטע 30 יאר וואס ער איז יושב על כסא האדמורו"ת זיך קיינמאל נישט געפירט ארויסצופארן פון בני ברק צו פּראווען שבתים ברבים אין אנדערע שטעט נאר פארט אוועק אויף שבתים בלויז אויף מנוחת הנפש, און דערצו איז בכלל נישט דעם רבי'נס שטייגער ארויסצופארן אויסער'ן שטאט פאר געלט צוועקן און זיכער נישט אויף שבתים.
דער יעצטיגער נסיעה פון רבי'ן מיט די נדיבי עם קומט צושטאנד אין צוזאמענהאנג פון דעם פרישן קאמפיין פאר הרחבת גבולי הקדושה וואס מוסדות דאראג האט אונטערגענומען אין די טעג לטובת דעם בנין התלמוד תורה דחסידי דאראג אויף די מימון גאס אין בני ברק, וואס דער בנין דינט שוין פאר'ן ת"ת איבער צוואנציג יאר און איז שוין לאנג אויסגעוואקסן דעם בלי און וואוקס פון די הונדערטער תינוקות של בית רבן וואס ווערן נתחנך צווישן אירע ווענט אויפ'ן אויסגעטראטענעם וועג אונטער די השראה פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א נשיא המוסדות, און צוליב מאנגל אין פּלאץ אינעם זענען די יונגערע קלאסן צושפּרייט אין פארשידענע געדונגענע לאקאלן אין שטאט, דעריבער האבן די עסקנים אונטערגענומען א פרישן גיגאנטישן פּראיעקט ארויפצוציען דריי נייע שטאק פאר'ן בנין, וואס וועט אריינברענגען אן אויסטערלישן הרחבת הדעת פאר די מלמדים און זייערע תלמידים.
דער מאסיווער פראיעקט ציט אריין אין הויכע קאסטן פון עטליכע מיליאן שקל, און דעריבער האט דער רבי אין א זעלטענעם שריט באשלאסן למען עתידן פון די תינוקות של בית רבן ארויסצוגיין מגדרו און ארויספארן פּראווען א שב"ק מיוחד פאר נדיבים בעם חסידי דאראג וואס שליסן זיך אן אלס שותפים אינעם הרחבת הבנין מיט לכה"פ 50 טויזנט שקל, און וועלן האבן די זכי' צו וויילן אויף א פּריוואטן שבת סמוך על שלחנו פון רבי'ן שליט"א.
לויט'ן פּלאן וועט דער רבי מיט די פמליא יחידי סגולה זיך ארויסלאזן פון ארצנו הקדושה דעם קומענדיגן מיטוואך פ' חקת אויפ'ן וועג קיין אונגארן, און ביים אנקומען וועט מען גלייך צופארן צום עיר האבות דאראג וואו עס וועט זיין לינת לילה. צומארגענס דאנערשטאג אינדערפרי וועט פארקומען א תפלת רבים אויפ'ן ציון פון הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע.
שפּעטער אין טאג וועט מען זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין קערעסטיר, וואו עס וועט אי"ה פארקומען אין די אווענט שעהן א רייכע ועידה פאר אלע נדיבים בעם, וואו עס ווערט צוגעשטעלט א הערליכע פּראגראם, און דער הויכפּונקט וועט זיין ווען מען האט האבן די זכי' אז דער רבי וועט משמיע זיין א ספּעציעלע שיחת התחזקות פאר די תומכים משולב מיט דברי הכנה פאר'ן געהויבענעם קומענדיגן שב"ק.
פרייטאג אינדערפרי וועט מען ארויפגיין אינאיינעם מיט'ן רבי'ן מתפלל זיין אויפ'ן ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעי' מקערעסטיר זי"ע להפקד בדבר ישועה ורחמים, און דאן וועלן די נדיבים זיך גרייטן אויפ'ן געהויבענעם שב"ק אין די שטאט קערעסטיר סמוך ונראה צום הייליגן הויז פון ר' ישעי'לע זי"ע, וואס אנטשפּרעכט צו זיין א שבת שכולו רוחני אין גאר א הויכע אטמאספערע מבואו ועד צאתו.
מוצאי שבת וועט דער רבי אפּרעכטן א מלוה מלכה אין ר' ישעי'לעס מלוה מלכה שטוב, און צומארגנס זונטאג וועלן די נדיבים בעם זיך אהיימקערן קיין ארץ ישראל אנגעזאפּט מיט השפעות טובות פון דעם געהויבענעם שבת, בשעת דער רבי וועט פון דארט ממשיך זיין קיין דאוואס, שווייץ, וואו דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע צוויי וואכן, און אויף שבת פ' פנחס וועט דער רבי זיך צוריקקערן אהיים לביתו נאוה קודש.