מאנטאג פ' שלח • כ' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע מעלדונג איז היינט מאנטאג געמאלדן געווארן פון די עסקנים פונעם ועד החתונה אין חצר הקודש בעלזא א שינוי אין די פלענער פון די חתונה הגדולה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הכלה תחי' טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א מיט'ן חתן הרב אלימלך פענסטער זוהן פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער ר"מ בישיבת בעלזא בני ברק, וואס וועט אי"ה פארקומען די וואך מיטוואך פרשת שלח.
ווי ס'זענען ביז אצינד געווען די פּלענער האט די חתונה געזאלט געפּראוועט ווערן אויף א גרויסארטיגן פארנעם אין די ריזיגע 'ארנה' סטעדיום אין ירושלים בהשתתפות רבבות אלפי חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל און אויך מרחבי תבל, אבער אצינד צוליב דעם גאר אנגעצויגענעם מצב המלחמה אין ארץ ישראל איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פונעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אז די חתונה זאל פארקומען אויף א קלענערן פארנעם, און די חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל זאלן נישט קומען צו פארן קיין ירושלים נאר מיטהאלטן די שמחה מריחוק מקום ומקירוב לבבות.
לויט ווי ס'איז יעצט באשטעטיגט געווארן וועט די חתונה געפּראוועט ווערן אויף א מצומצמ'דיגן אופן אין קרית בעלזא, וואו די חופה וועט פארקומען אויף א פּריוואטן פארנעם בלויז פאר די בני המשפחה, און די סעודת החתונה אינעם גרויסן שטוב זייענדיג באגרעניצט בלויז פאר א געוויסע צאל חסידים. די חסידים פון אלע אנדערע שטעט וועלן זיך צוזאמקומען אין די ארטיגע שטיבלעך מיטצוהאלטן די חתונה דורך די צוגעשטעלטע לייוו הוק-אפּ פון מראות הקודש, ווי אויך וועט זיין צוגעגרייט א רייכע סעודות החתונה וואו די חסידים וועלן זיך קענען מיטפרייען בשמחת רבם ומאורם מכל מקומות מושבותיהם.