מאנטאג פ' שלח • כ' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט רגשי שמחה וגילה גרייטן זיך חסידי פאפא צו די בעפארשטייענדע שמחת בית פאפא, די גרויסארטיגע חתונה פון אן אייניקל פון רבם ומאורם הגדול כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכע וועט געפראוועט ווערן קומענדיגן מיטוואך פרשת שלח, כ"ב סיון הבעל"ט.
ביי די געהויבענע שמחת בית צדיקים וועט גיין אונטער די חופה בשטו"מ, החתן המופלג בן הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא און בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וחתן הגה"צ רבי נפתלי ארי' צבי טויב זצ"ל מקאלוב, מיט הכלה החשובה ב"ק שתחי' טאטכער פון הקדוש הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל בן הגה"צ אב"ד וואלאווא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בתו חורגו פון הגה"צ רבי יודא פרענקל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א.
די שמחה האט זיך אנגעפאנגען דעם שבת קודש פרשת בהעלותך מיט די שמחת האויפרוף וקידושא רבא וואס איז געפראוועט געווארן ביים גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אין ביהמ"ד הגדול קהלת יעקב פאפא, וואו דער חתן האט עולה געוועהן לתורה. ביים סעודת רעווא דרעוין נאך די דברות קודש איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות.
די גרויסארטיגע חתונה וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן מיטוואך שלח בשטו"מ. דער מעמד קבלת פנים וועט פארקומען אין די בנין התלמוד תורה פאפא אויף ווילסאן סטריט. פארנט פונעם תלמוד תורה וועט אפגעראכטן ווערן דער ערהאבענער מעמד החופה, מיט די באטייליגונג פון אלפי חסידים ואנשי מעשה.
די סעודת החתונה וועט פארקומען פאר מענער אין ביהמ"ד הגדול פאפא, פאר די בחורי הישיבות אין עזרת נשים, און פאר די נשים אין די כתר רייזל זאלן. דער קלימאקס פון די שמחה וועט אי"ה זיין בעת די ערשיינונג פון גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א בהיכל בית המדרש הגדול, וועלכע ווערט נאכגעפאלגט מיט לענגערע ריקודין של שמחה.
ווי ביי די פארגאנגענע שמחות בבית פאפא, ווערט אצינד ווידער געלייגט א דגוש צו ענדיגן בעתו ובזמנו. ברכת המזון וועט זיין אי"ה בשעה 11:30 , און באלד דערויף וועט מען אנהייבן דעם מעמד מרומם פון מצוה טאנץ. די שמחת החתונה וועט אי"ה נאכגעפאלגט ווערן מיט א ריי שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די חשובע משפחות המיוחסות, וקהלות קדושות מצד החתן והכלה.
די צענטראלע סעודת השבע ברכות ווערט צוגעשטעלט ברוב פאר והדר דורך קהל קהלת יעקב פאפא, זונטאג פרשת קרח אין בית המדרש הגדול דפאפא, ווי עס איז ערווארטעט גאר א רייכע מאורע לכבוד השמחה הרוממה, ווי אויך וועט פארקומען א דערהויבענע שבע ברכות דורך די בחורי הישיבות הקדושות אין קרית פאפא. דינסטאג וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן א פריוואטע שבע ברכות פאר אלע גרעסערע נדיבים ותומכים פון מוסדות פאפא.