הויפט בלאט באריכט האד' מטאהש נעמט אונטער מסע קודש קיין טאהש – אונגארין צום הילולא קדישא פון זקינו השרף מטאהש זי"ע

האד' מטאהש נעמט אונטער מסע קודש קיין טאהש – אונגארין צום הילולא קדישא פון זקינו השרף מטאהש זי"ע

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' בהעלתך • י"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי טאהש האבן מיט התרגשות דקדושה אויפגענומען די בשורה טובה ומשמחת, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א שליט"א וועט אונטערנעמען א מסע קודש צום עיר האבות טאהש אין אונגארין, מקום מנוחת אבותיו הקדושים מדור דור, אין באגלייטונג פון א גרויסן ציבור חסידים וועלכע לעכצן מיטהאלטן אזא נסיעה נשגבה ונעלה.

די רבי שליט"א נעמט אונטער די נסיעה לקראת די בעפארשטייענדע הילולא קדישא פון זקינו ראש שושלתא דדהבא הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט די קומענדיגע דינסטאג קרח כ"ח סיון, און דאס איז די ערשטע אפציעלע נסיעה וואס די רבי שליט"א טוט אפרעכטן צום עיר האבות טאהש אינאיינעם מיט כל קהלא קדישא וואס וועלן אריינכאפן די זכיה מיטצולעבן די מעמדי הוד און השתוקקות ביי די ציונים הקדושים פון די צדיקים אשר מפיהם אנו חיים.

די נסיעה ווערט אהערגעשטעלט אויף א געשמאקע און פראכטפולע פארנעם, עס איז ספעציעל צוגעשטעלט געווארן א "פריוואטע טשארטער" פליגער, כדי צו פארגרינגערן פארן ציבור ברוחניות ובגשמיות, אז אלעס זאל זיין אויפן העכסטן סטאנדארד היימישקייט. 

מ'וועט ארויספארן בע"ה זונטאג נאכט פר' קרח. אנקומענדיג קיין אונגארן מאנטאג פר' קרח בייטאג, וועט מען צופארן לויט די צייט מעגליכקייט מתפלל זיין ביי מקומות הקדושים אין אונגארן.

אנקומענדיג קיין טאהש וועט מען דאווענען ברוב עם תפלת מנחה – מעריב אין דעם גרויסן שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט אינעם "גערטל", וואו די צדיקי בית טאהש האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש.

תיכף דערנאך וועט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד ההילולא פון זקינו השרף זי"ע.

כחצות הלילה וועט מען ארויסגיין צום ציון הקדוש ברוב עם הדרת מלך און אויסזאגן ספר תהלים ביים בעל הילולא זי"ע.

דינסטאג פר' קרח צופרי, תיכף שחרית און דער מסיבת לחיים, וועט מען ארויספארן מיט באסעס אויפן וועג קיין ליזענסק.

פארנאכטס וועט דער רבי שליט"א אויסזאגן ספר תהלים ברוב עם ביים ציון הקדוש פון זקינו דער רבי ר' אלימלך זי"ע. נאך תפלת מנחה מעריב וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים, אנגעפילט מיט זעק מיט ישועות ורפואות.

א שטאב פון געטרייע עסקנים זענען אין די טעג פארנומען מיט די צוגרייטונגען אהערצושטעלן דעם געהויבענעם נסיעה, און אויסצוארבעטן אלע פלענער על צד היותר טוב, באזונדער גרייט זיך די וועד הכנסת אורחים אין טאהש אונגארין אויפצונעמען די הונדערטער חסידים וואס וועלן זיך מצרף זיין צום געהויבענעם נסיעה, מיט אש"ל מלא און אלע געברויכן אינעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים דחצר הקודש טאהש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00