הויפט בלאט באריכט האד' מסלאנים שארף אראפגעריסן "אגודת ישראל פארטיי" אין שאטן פונעם גזירת הגיוס בארה"ק | רעקארדירונג

האד' מסלאנים שארף אראפגעריסן "אגודת ישראל פארטיי" אין שאטן פונעם גזירת הגיוס בארה"ק | רעקארדירונג

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' בהעלתך • י"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי סלאנים זענען נאך אונטער'ן טיפן רושם פון די גאר שארפע און דראמאטישע דברות קודש, דברים כדרבונות וואס זענען נעכטן געהערט געווארן בקול חוצב להבות אש מפ"ק פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, ביים שלחן הטהור לרגל יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל ברכת אברהם מסלאנים זי"ע וואס איז פארגעקומען אין גרויסן שאטער בחצר ביהמ"ד הגדול סלאנים אין ירושלים עיה"ק.

דער רבי שליט"א – ממשיך דרכו בקודש פונעם גרויסן בעל ההילולא, האט נעכטן זונטאג צופרי ביומא דהילולא קדישא געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד בבית מדרשו אין ירושלים עיה"ק, און נאכ'ן דאווענען און א מסיבת לחיים איז דער רבי ארויסגעפארן בראש קהל עדת חסידיו און פילע אידן פון ארץ ישראל זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון הקדוש אויפ'ן הר הזיתים, וואו דער רבי שליט"א האט שופך שיח געווען א לענגערע צייט מיט אויסטערלישע בכיות נוראות.

נאכ'ן דאווענען מנחה ברוב עם ביים כותל המערבי מיט גרויס התעוררות, איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת הילולא אינעם גרויסן שאטער אין ירושלים, מלובש בבגדי שבת לרגל די ימי השמחה בחצר הקודש, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מעריך געווען שלחנו הטהור לכבודו של יום. ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א אין א זעלטענעם שריט אנגעהויבן בקול חנוק מדמעות מיט'ן פסוק 'כי לא ידעתי ספרות אבוא בגבורות' אז ער איז שוין אין עלטער פון 80 יאר מיט א הודאה על העבר די אלע יאהרן און א בקשה אויפן עתיד, פאר אריכות ימים ושנים, בפרט אז ער שפּירט א חוב אז מוז איבערגעבן פאר די קומענדיגע דורות דאס וואס ער האט מקבל געווען פון די פריערדיגע, און וויאזוי דער אמאליגער דור האט אויסגעזעהן.

דער רבי האט דערציילט אז אמאל ווען זיין זיידן דער בעל ההילולא זצ"ל איז אמאל זייענדיג נישט געזונט אנגעזאגט געווארן דורך די דאקטוירים ער זאל נישט צופיל רעדן, האט ער נישט מסכים געווען דערצו זאגנדיג אז 'ווי קען ער נישט רעדן ווען ער דארף איבערגעבן פאר די דורות הבאים', און אזוי אויך שפּירט ער א חוב איבערצוגעבן דעם ריכטיגן דעת תורה פון אמאל.

דער רבי שליט"א האט דאן מרחיב געווען איבער'ן ענין וויאזוי עס איז אויפגעשטעלט געווארן דער רעיון הציונית מיט'ן ציהל אויסצו'שמד'ן גאנץ כלל ישראל רח"ל, און דערנאך האט ער ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער'ן יעצטיגן שווערן מצב אין ארץ ישראל מיט'ן גזירת הגיוס וואס לויערט אויף אלע חרדי'שע בחורים, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז הגם די אגודת ישראל האט אצינד זיך פורש געווען פון די ממשלה איז דאס אבער נישט מיט אן אמת, ווייל מיט יארן צוריק ווען די אגודה האט געדארפט פארלאזן די קאאליציע בהוראתם פון די גדולי ישראל האבן זיי תיכף גענוצט דעם חוק הצעת אי-אמון וואס ווארפט אום די ממשלה, און יעצט גייען זיי מיט'ן חוק פון פיזור הכנסת וואס איז א פּראצעדור וואס קען זיך שלעפּן חדשים לאנג, און אינצווישן איז פארהאן חששות איבער פארשידענע הסכמים ופשרות וואס מען ארבעט אויס אונטער'ן טיש, בשעת מען וואלט געדארפט מוחה זיין זאגנדיג אז מען קען נישט זיצן אפילו איין טאג אין אזא ממשלה. דער רבי שליט"א האט אויסגעשריגן מנהמת ליבו איז עס טאר נישט זיין קיין מציאות אז א איד זאל דינען אינעם טריפה'נעם מיליטער אפגעזעהן צו ער איז א בן תורה צו נישט, און דערביי ארויסגעהויבן בשבחם פון די חכמי הספרדים וועלכער האבן זיך ארויסגעשטעלט בעוז ובגבורה און ארויסגעשריבן דעם דעת תורה האמיתי אז אין קיים שום פאל טאר א בחור אדער אינגעמאן גיין אין מיליטער.

די פייערדיגע ווערטער האבן איבערגעלאזט א מורא'דיגן רושם ביים גאנצן צבור און האבן אפּגעהילכט איבער גאנץ ארץ ישראל, אריינגעבנדיג חיזוק ועידוד פאר יהדות הנאמנה צו שטיין קאמפּסגרייט קעגן סיי וועלכע פשרה אין די ביטערע גזירה, ולה' הישועה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00