הויפט בלאט בד"ה נפטר געווארן הרבנית רובין ע"ה אשת הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ – טאכטער פון כ"ק האד' מקאסוב זצ"ל

נפטר געווארן הרבנית רובין ע"ה אשת הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ – טאכטער פון כ"ק האד' מקאסוב זצ"ל

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה – אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת – שבר על שבר: מיט פארקלעמטע הערצער און פארווייטאגטע געמיטער, האבן חסידי קאסוב אויפגענומען די בשורה קשה איבער די פריצייטיגע פטירה פון האשה החשובה הרבנית מרת מרים חוה רובין ע"ה אשת חבר הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ סיגעיט, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא, אין א בחינה פון לקתה בכפליים שטייענדיג נאך אינעם שנת האבל להסתלקותו.

די חשובע נפטרת איז געבוירן אלס דער צווייטער קינד צו איר גרויסן פאטער די קאסובער רבי'ן, צו וועם זי איז געוועהן צוגעבינדן אויף אן אויסטערלישע אופן, און זיך אפגעגעבן אין שטוב מיט א געוואלדיגע נאמנות כדי דער רבי זאל קענען עוסק זיין אין זיין עבודת הקודש אומגעשטערט. בהגיעה לפירקה האט זי חתונה געהאט מיט הגה"צ אבד"ק קאזניץ שליט"א וואס איז א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מקאזניץ סיגעיט זצ"ל און אן אייניקל פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א.

ליידער איז איר נישט באשערט געוועהן א גרינג לעבן, און שוין פאר העכער 12 יאר האט זיך די נפטרת געספראוועט מיט די ביטערע מחלה ה"י בעת חסידי קאסוב האבן אומאויפהערליך מתפלל געוועהן לרפואתה השלימה, פארלאפענעם וואך האט זיך איר מצב פארערגעט און די נאכט מוצאי יום טוב שבועות האט זי ליידער אויסגעהאכט איר נשמה אין די פריע פערציגער יאהרן, איבערלאזנדיג א קינדער געבענטשטע שטוב מיט יתומים אינדערהיים, צווישן זיי איין חתונה געהאטע זוהן וועם די רעבעצען האט נאך זוכה געוועהן חתונה צו מאכן דעם ווינטער.

באזונדער לאזט זי איבער, איר צובראכענע מוטער הרבנית מקאסוב תליט"א און איר געשוויסטער האדמור"ים והרבנים לבית קאסוב.

די לוויה קומט פארן היינטיגן מיטוואך אסרו חג 11:00 פארמיטאג, פון קאסובער בית המדרש אויף די 55'סטע גאס אין בארא פארק, צום וויזניצער בית החיים אין מאנסי וואו די חשובע נפטרת וועט קומען למנוחה נכונה סמוך ונראה צו איר גרויסן פאטער דער קאסובער רבי זצ"ל.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויאמר לצרות ישראל די.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00