הויפט בלאט באריכט הנה ימים באים: היסארישע מסע הגדולים קיין ניו יארק לטובת "קרן עולם התורה" באשטימט אויף י"ט סיון הבעל"ט

הנה ימים באים: היסארישע מסע הגדולים קיין ניו יארק לטובת "קרן עולם התורה" באשטימט אויף י"ט סיון הבעל"ט

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג די דראמאטישע פראקלאמירונג דורכן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, ווידער אונטערצונעמען א נסיעה קחחם אמעריקא אויפצוטרייבן מיליאנען דאללארן לטובת די 'קרן עולם התורה', האט דער ראש ישיבה באשטימט דעם ענדגילטיגן דאטום פאר די היסטארישע 'מסע הגדולים' אין קארגע דריי וואכן ארום, זונטאג פ' בהעלותך י"ט סיוון, און וועט זיך פארציען פאר גאנצע צען טעג.

אין אנדערע נייעס האט די ראש הישיבה אפגעהאלטן אין די יעצטיגע טעג א רייע פריוואטע אסיפות מיט גדולי אדמורי"ם וראשי הישיבות און געבעטן אז זיי זאלן זיך אויך אנשליסן אין דעם היסטארישן נסיעה קיין אמעריקא דורך די גדולי ומאורי ישראל.

ווי בריייט באריכטעט, האט דער ראש ישיבה פרעזענליך איינגעלאדענט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנטייל צו נעמען אין די נסיעה, אין צוגאב צו נאך גדולי ישראל צווישן זיי אזעלכע וואס זענען נאך ביז היינט קיינמאל נישט ארויסגעפארן פון ארץ ישראל, אבער צוליב די שעת הדחק און די שווערע לאגע פון די ישיבות הקדושות אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה געבעטן פון די גדולי ישראל אז זיי זאלן דאס מאל מאכן אן אויסנאם און יא מיטפארן קיין חוץ לארץ, כדי צו קענען אויפטרייבן ווי מער געלט צו ראטעווען דעם עולם התורה.

אין די זעלבע צייט קומען פאר נאכאנאנדע אסיפות דורך די גדולי העסקנים סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקא, ווי עס ווערן באטראכט מערערע אפציעס און געדאנקען אויפצוקומען מיט די נויטיגע סכומים, כדי די עולם הישיבות אין ארץ ישראל זאל חלילה נישט אונטערברעכן. צווישן אנדערע זענען דא שטארקע מעגליכקייטן אז די גדולי ישראל וועלן אפשטאטן באזוכן אין מערערע שטעט לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן און אויך אין אייראפע און מזכה זיין אידישע קינדער בכל מקומות שהם, מיט די גאר קריטיש וויכטיגע צוועק, אוועקצושטעלן א פינאנציעלן בסיס פאר די ישיבות וכוללים ברחבי ארה"ק.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00