דינסטאג פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט פייערליכע שפאנונג ווערט אויפגענומען ביי חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק אז די היי-יעריגע צענטראלע עריכת שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועט אויף אן ערשטמאליגער פארנעם געפייערט ווערן במקהלות אלופי אלפי החסידים זקנים עם נערים אינעם גיגאנטישן "ברוקלין סטורהאוז" ארענע אינעם ברוקלין נעווי יארד, ביים גרעניץ פון שטאט וויליאמסבורג.
די ל"ג בעומר טיש איז איינע פון די גרעסטע טישן דורכ'ן יאר בחצר הקודש סאטמאר, ווען טויזנטער חסידים קומען זיך צונויף לשוש ולשמוח בשמחת התנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי, קאמבינירט מיט'ן יערליכן דינער פאר די מוסדות הק' "יטב לב" בארה"ק, און מ'האט דערביי די זכי' צו הערן די צענטראלע דברות קודש והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א וואס ווערט געשלונגען בצמאון רב דורך די אלפי המשתתפים.
ביז היינט איז דער טיש און דינער אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, וואס איז די לעצטערע יארן געווארן שטארק צר מהכיל פון אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, ובפרט די לעצטערע פאר יארן ווען שוין נאכ'ן אויסרישן דעם ביהמ"ד ביז'ן מאקסימום, איז עס נאך אלץ ווייט פון דערהייבן אזא גרויסן ציבור בליעה"ר, איז מען אויף די היי יעריגע יו"ט ל"ג בעומר ארויס מיט א זוכעניש צו טרעפן א פאסיגן פלאץ אלס אכסניא של שולחן הטהור, וואו מ'זאל קענען פייערן דעם גרויסן טאג מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת און כבוד פאר'ן תנא אלקי.
ענדגילטיג איז געלונגען צו שאפן דעם "ברוקלין סטורהאוז" ארענע, א בנין אדיר וואס איז צוגעפאסט און אויסגעשטעלט פאר אזעלכע סארט מעמדי קודש וואס נעמט אריין א השתתפות פון אלופי אלפי ישראל.
דער זאל וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס רינגס ארום אלע זייטן פונעם זאל, מיט טויזנטער זיץ-ערטער אינעם גאנצן חלל האולם, און א ריזן בימת הכבוד לענגאויס דעם גאנצן פני המזרח, וואו עס וועט במקהלות כל קהלה קדישא, סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, מיטגעלעבט ווערן דעם גרויסן טאג בהילולא דבר יוחאי און דינער השנתי פאר מוסדות יטב לב, בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א.