הויפט בלאט נייעס בשבת אחים: האדמורי"ם לבית סקולען וועלן אפרעכטן סעודת הילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע אין וומסב"ג

בשבת אחים: האדמורי"ם לבית סקולען וועלן אפרעכטן סעודת הילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע אין וומסב"ג

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


צום בעפארשטייענדע זיבעטע יומא דהילולא קדישא פונעם רבן ואבוהון של ישראל כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת פקודי כ"ה אדר, איז באשטעטיגט געווארן אז דער צענטראלער סעודת הילולא רבתי וועט בעז"ה פארקומען בשבת אחים גם יחד אינאיינעם מיט האחים האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א, פון וויליאמסבורג, מאנסי און לעיקוואד, די קינדער פונעם בעל ההילולא, אזוי אויך אינאיינעם מיט די נכדי בעל ההילולא די צוויי ברודער האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב סקולען, קינדער פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועות יעקב מסקולען זצ"ל הכ"מ.

די גרויסארטיגע סעודת הילולא וועט פארקומען אויף א ברודערליכע פארנעם בבית מדרשו פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, מיט די השתתפות פון אלע אדמור"י בית סקולען, בהתאסף ראשי עם, רבנן ותלמידיהון חסידים ואנשי מעשה, ווי מען וועט אינאיינעם חזר'ן לחזור ולשנן את דרכיו הקדושים ביתר שאת וביתר עוז, וואס כלל ישראל האט נאך זוכה געווען נהנה צו זיין מזיו אורו הבהיר מצדקתו ופרישתו אינעם נישט לאנגן פארגאנגענהייט.

אין עיה"ק ירושלים וועט פארקומען די סעודת ההילולא ברוב עם הדרת מלך אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, בן זקונים פונעם בעל ההילולא.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00