הויפט בלאט נייעס איש דורות ראו • חסידי סקווירא וואונטשן זיך מזל טוב צום געבורט פון ערשטן דור חמישי ביי האד' מסקווירא

איש דורות ראו • חסידי סקווירא וואונטשן זיך מזל טוב צום געבורט פון ערשטן דור חמישי ביי האד' מסקווירא

געשריבן דורך admin

דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי סקווירא בכל מקום שהם וואונטשן זיך מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, ווען יעצט באנאכט איז געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי אן אור אור אייניקל ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

פארלאפענע יאר חודש שבט איז פארגעקומען די היסטארישע שמחת החתונה פונעם עלטסטן אור אייניקל ביים סקווירא רבי'ן, עלטסטע אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א, אן אייניקל ביי זיין איידעם הרה"צ רבי לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, בן הבכור ביי זיין איידעם הרב יחיאל מיכל טווערסקי שליט"א, בן הרה"צ רבי יהושע אשר טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און אצינד איז געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי ביים רבי'ן, א שמחה וואס רופט אויס אינערליכע רגשי הלב ביי סקווירא חסידים אומעטום, איש דורות ראו עיניו ווען דער רבי שליט"א איז זוכה צו זעהן דעם גאלדערנע קייט ציעט זיך נאך א דור ווייטער לשם ולתפארת.

די שמחת השלום זכר קומט פאר דעם שבת קודש ביים שולחן הטהור פונעם גרויסן עלטער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, במעמד קהל רב. די שמחת הברית וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן פרייטאג בעצם יום הפורים בצל הקודש אין שיכון סקווירא, אין שפיץ פון די גרויסע זיידעס האדמור"ים שליט"א.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00