הויפט בלאט נייעס האד' מסאטמאר מיט פייערדיגע מחאה קעגן אגודת ישראל דאמעריקע לאור די אלוועטליכע וואלן צום "ציוניסטישן קאנגרעס"

האד' מסאטמאר מיט פייערדיגע מחאה קעגן אגודת ישראל דאמעריקע לאור די אלוועטליכע וואלן צום "ציוניסטישן קאנגרעס"

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט פארמיטאג ביים שיעור תהילים אין היכל המתיבתא קרית יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויס מיט א פלאם פייערדיגע קול מחאה און גאר שארף מתריע געווען קעגן די "אגודת ישראל דאמעריקע" פאר די שאנדפולע שריט פון קאמפיינען און בעטן אידן זיך איינצושרייבן אין ווערן א מעמבער אינעם טריפה'נעם "ציוניסטישן קאנגרעס".

דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן שילדערן די טרויעריגע היסטאריע פונעם ציוניסטישן קאנגרעס, וואס איז געגרינדעט געווארן צוזאמען מיט'ן רעיון הטמא פון ציונות מיט איבער 100 יאר צוריק, און די ציוניסטישע פארטייען האבן אנגעהויבן שיקן דעלעגאטן צום קאנגרעס, גדולי הצדיקים פון 100 יאר צוריק האבן געפירט א מלחמה כבידה קעגן דעם קאנגרעס, און אפילו די אגודה האט עס שטארק באקעמפט, און לוחם געווען קעגן די מזרחי וואס האט יא אנטיילגענומען אין עס, די אגודה איז קיינמאל נישט צוגעשטאנען צו דעם, און אזוי איז געווען אלע יארן, ביז די לעצטע יארן, ווען ס'איז ליידער געווארן א גרויסע פירצה, אז חרדי'שע אידן זאלן זיך באטייליגן אינעם ציונסטישן קאנגרעס וואס באשטייט פון כופרים ופושעי ישראלים וואס גלייבן נישט אין גארנישט, זיי פירן אן דעם קאנגרעס, מיט א הכשר פונעם טמא הידוע.

מיט גרויס ווייטאג האט דער רבי ארויסגעברענגט אז ס'איז שוין דא היינט רבנים מטעם "אגודת ישראל" אין אמעריקע, וואס הייסן זיך איינשרייבן אינעם ציוניסטישן קאנגרעס, זיי בעטן מ'זאל ווערן א מעמבער, צאלן מעמבערשיפ אינעם 'הסתדרות הציונות', און דורכדעם באקומט מען דעם כח צו אריינוועלן דעלעגאטן פאר די אנפירערשאפט פונעם קאנגרעס.

מנהמת לבו הטהור האט דער רבי אויסגעשריגן: אונז שריי מיר אויס פאר די וועלט, או לאותה בושה ואו לאותה כלימה, ס'איז א זאך אבותינו ורבותינו האבן עס באקעמפט, אפילו די אגודיס'טשיע רייען האבן עס באקעמפט בכל תוקף ועוז, ווייל א איד וואס שרייבט אונטער, שרייבט ער אונטער אז ער איז א ציוני, א כופר בתורת משה, א כופר אין אלעס וואס איז קדוש לנו פון מתן תורה עד היום הזה, עס איז אומפארשטענדליך ווי קען א איד וואס לייגט תפילין און זאגן שמע ישראל אונטערשרייבן אזא דאקומענט?!

דער רבי האט אויסגעפירט אז ער זאגט עס דא אין ישיבה, נישט ווייל אינמיטן שטאט דא אין קרית יואל איז דא חלילה איין איד וואס זאל זיין אין דעם, נאר ווייל אלס געלעגנהייט צו רעדן פאר די אידישע וועלט, חלילה וחלילה אנטיילנעמען אין דעם, אונטערצושרייבן אזא טמא'נעם דאקומענט וואס איז התחברות לרשעים אויפ'ן ארגסטן סארט, ציונות איז אבי אבות הטומאה, און ווער ס'רירט דערצו ווערט טמא, ווער ס'האט אין זיך א זיק פון יראת שמים, אמונה אין בוכ"ע און שייכות צו די תוה"ק, חלילה וחלילה צו דעם צורירן, שקץ תשקצנו ותעב תעבנו כי חרם הוא.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00