דאנערשטאג פ' תרומה • כ"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט פרייד ווערט אויפגענומען ביי טויזענטער אידן שוחרי תורה וחסידות, אז קומענדיגע וואך ביום המסוגל ז' אדר, יומא דהילולא קדישא פון משה רעיא מהימנא, וועט פארקומען א ערשטמאליגע געהויבענע מעמד אין אתרא קדישא מירון, מיטן ציהל זיך צו מחזק זיין און פאראייניגן מיט א כח הרבים, צו עוסק זיין אינעם ספר הזוהר הקדוש בבהירות והבנה, צוגעשטעלט דורך די בארימטע מכון "נכספה".
די גרויסע טאג פון ז' אדר די יארצייט פון משה רבינו, איז אין אלע דורות געווען א הייליגע טאג ביי כלל ישראל, ווען עס איז געפראוועט געווארן יארצייט סעודות און גרויסע מעמדים בשמחה וחדוה און התעוררות. ספעציעל איז געווען דעם הייליגן טאג מוקדש ביי אידישע קינדער אין אלע דורות וועלכע זענען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, מקום מנוחת הקודש פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי וועלכער האט מגלה געווען די סודות התורה, אויפן דרך המסורה פון משה רבינו עליו השלום וועלכער האט מגלה געווען די הייליגע תורה פאר די אידישע קינדער בעת מתן תורה.
די געווירבל ביים ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון אין טאג פון ז' אדר, איז אלע יארן געווען א לאנגע קייט פון שמחה והתעוררות, ווען אידישע קינדער האבן זיך מחזק געווען און מקבל געווען צו קובע זיין שיעורים אין ספרי קבלה אין ספר הזוהר הק', במשנתו פונעם הייליגן תנא, אין דעם היום המסוגל וואס צדיקים האבן אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אין דעם אור התורה.
אצינד וועט אין דעם הייליגן טאג געפראוועט ווערן א היסטארישע מעמד נהדר, וואו טויזענטער אידן וועלן זיך פון פריש מקבל זיין צו לערנען דעם הייליגן זוהר, און זיך מקשר זיין צום הייליגן תנא הרשב"י, און דער בעל ההילולא משה רעיא מהימנא דער רבי פון כלל ישראל. די מעמד ווערט אהערגעשטעלט דורך די ברייט בארימטע אירגון "נכספה" וואס איז שוין עוסק א לענגערע צייט צו פארשפרייטן דעם לימוד הזוהר, און ארויסהעלפן אידישע קינדער צו פארשטיין די הייליגע לימודים.
אין ראם פון אירגון נכספה, זענען שוין ערשינען מערערע גליונות מיט בליציגע און שטארקע מאמרים פונעם ספר הזוהר הק', באגלייט מיט א וואונדערליכע פירוש "בני היכלא", געשריבן דורך האדמו"ר רבי יהודה לייב אשלג שליט"א, אייניקל פונעם הייליגן בעל הסולם זי"ע מגדולי חכמי הקבלה בארץ הקודש.
אצינד טוט די אירגון "נכספה" זיך פארשפרייטן ווייטער, און לכבוד דעם גרויסן טאג ז' אדר ערשיינט א הערליכע ספר הזוהר "בני היכלא" מיטן וואונדערליכן פירוש, וואס נעמט אריין גאר שטארקע מאמרים און א געקליבענע צאל שטיקלעך וואס זענען וויכטיג פאר יעדע אידיש קינד, באגלייט מיט דעם וואונדערליכן פירוש וואס העלפט ארויס צו פארשטיין די מאמרים, און ברענגט אריין א לעכטיגקייט און אור התורה אין יעדער וואס איז עוסק דערין.
די נייע ספר הזוהר מיטן פירוש בני היכלא, האט ערהאלטן די פולסטע שטיצע און הסכמה פון מערערע גדולי הדור און גדולי המקובלים בארץ הקודש, צווישן זיי הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגאון הגדול רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם, הגאון הגדול רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, הגאון הגדול רבי אביש צעהנווירטה שליט"א מראשי ישיבת שער השמים, און הגאון הגדול רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה, מגדולי המקובלים בדורינו.
צום דעם גרויסן מאמענט גרייט מען זיך אויף א היסטארישע מעמד וואס ווערט אהערגעשטעלט, און וועט אפגעהאלטן ווערן אין די גיגאנטישע זאל ביי הרב שטערן אין אתרא קדישא מירון, וואס געפונט זיך ביים דרך מהדרין, סמוך ונראה צום מערת הרשב"י. די מעמד ווערט צוגעגרייט אויף א פראכטפולע פארנעם כראוי וכיאות לכבוד לומדי תורה, מיט א מייסטערהאפטיגע פראגראם וואס וועט צוגרייטן דעם גאנצן ציבור הנאספים זיך צו מקבל זיין דעם הייליגן לימוד באור התורה.