הויפט בלאט בילדער נייער אוהל ווערט אויפגעשטעלט אויפן ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצ"ל צום היי-יעריגע הילולא

נייער אוהל ווערט אויפגעשטעלט אויפן ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצ"ל צום היי-יעריגע הילולא

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין בעפארברייטונג צו די היי-יעריגע הילולא פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצוק"ל, וואס איז נסתלק געווארן מיט צוויי יאהר צוריק בשנת תשפ"ג, איז אויפגעבויעט געוואָרן אַ נייער אוהל אויפן ציון הק' ביים בית עלמין הר שלום אין עירמאנט, ווי עס פּאַסט לכבודו של אותו גאון וצדיק. דער אוהל וועט זיין צוגעשטעלט פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור משתטחים, וועלכע וועלן דארט קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ, סיי ווינטער און סיי זומער, ווען זיי וועלן ווערן באשיצט אין אַ פאַרמאַכטע שטוב, וועלכע איז געהייצט אדער געקילט, געוואנדן לויטן וועטער.

אזוי ווי דער אוהל איז ערוואַרטעט צו ווערן פארענדיגט גאָר נאנט צום בעפארשטייענדן יומא דהילולא, איז מעגליך אַז עס וועט נאָך נישט זיין תיכף אויסגעשטאַטעט מיט אַלע איינריכטונגען צום יארצייט די וואך, פאָרט האָפט מען אַז אין די נאָטע עטליכע וואָכן וועט עס פולקאם פארענדיגט ווערן מיט אַלע וויכטיגקייטן, פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור, און דערצו א נייחא לנשמתא פארן צדיק.

אויפן ארט ארום דעם ציון הק' איז צוגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלע טענט באַגלייט מיט ליכט, קוויטלעך, און אַלע אַנדערע געברויכן פאר די משתטחים. ווי אויך וועט דער שטח ארום ווערן באַלויכטן מיט עלעקטראָנישע באלייכטונג, כדי צו ערמעגליכן דאָס צוקומען צום ציון, אין די פריע פארטאָגס שטונדן, אדער אין די שפּעטע פאַרנאַכטס שעה'ן.

במשך דער הילולא קדישא, קומענדיגן מיטוואָך פּ' תרומה ביינאכט, און אויפצומאָרגנס דאנערשטאג במשך אַ גאנצן טאָג, איז ערוואַרטעט אַ גרויסע שטראָם פון תלמידים וחסידים ומעריצי זכרו הטהור, וועלכע וועלן קומען צום ציון הק' אויפן "הר שלום" בית החיים אין מאנסי, זיך משתטח זיין אין טאג פון דער הילולא קדישא כ"ט שבט. באַזונדער נאכדעם וואָס דער ציון הק' איז במשך די פארגאנגענע צוויי יאר, פארוואנדלט געוואָרן אַלס אַ מקום תפילה, וואו פילע אידן קומען זיך שופך שיח זיין, צו געהאלפן ווערן בזכותו הגדול פונעם צדיק.

אין די טעג, שטייענדיג נאנט צום יארצייט איז געלאזט געווארן אין גאנג א קאמפיין אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן צו ענדיגן דעם אהל הק' על קברו, זייענדיג א געלעגנהייט פאר תלמידים, חסידים און מעריצים, צו נעמען א חלק אין אהערשטעלן דעם נייעם אהל הק' וואס וועט אויף אייביג זיין א תל תלפיות, וואו אידן וועלן זיך אויסבעטן כל מיני ישועות.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00