מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
דעם דאנערשטאג נאכמיטאג חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשיינט א רייך-עלעגאנטע מסיבה אין שטוב פון הרבני החסיד מוה"ר חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה אין קרית יואל, מיטן ציהל אהערצושטעלן דעם אסטראנאמישן סכום פון צוויי מיליאן דאלאר צו קענען גומר זיין דעם בנין בית רחל לבנות – בית פיגא שע"י מוסדות סאטמאר אין בני ברק יע"א.
דער פראכטפולער בנין וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט זיך אונטערגענומען צו בויען בעיר בני ברק בשנת תשע"ד שטייט שוין אט אט ביים גמר, און כדי דאס צו פארענדיגן אז דאס זאל קענען זיין אין באנוץ נאך דעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל"ט, זענען אפיר געקומען די שותפים לדבר מצוה הנגיד מוה"ר חיים הערש אבערלענדער הי"ו ואתו עמו הנגיד מוה"ר יואל בערנאטה הי"ו וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם עול אהערצושטעלן די פראכטפולע מסיבה צו קענען טראגן ווייטער און פארענדיגן גענצליך דעם בנין מפואר ביז צום חנוכת הבית וואס ווערט געפלאנט ביי די גרויסע נסיעה קיין ארה"ק בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בקרב הימים.
דער רבי האט מפאר געווען בראש המסיבה גאר א לאנגע צייט און מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, אינאיינעם מיט די נדיבי לב קרואי מועד אנשי שם וועלכע ההאבן זיך אנגערופן מיט גרויסע באשטייערונגען לטובת דעם גמר הבנין.
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטובער, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה און עס איז פארמירט געווארן שיינע שמועסן מיט די אנוועזנדע, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, און דער בעל האכסניא הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק צום ערשט בדברי אגדה לכבוד היום און דערנאך ארויסגעברענגט די חשיבות פון די נדבנים און די שטארקע צורך פארן בנין הבית רחל, און ארויסגעברענגט לשבח פון די קהילה ומוסדות אין בני ברק, און אזוי אויך ארומגערעדט בשבח פונעם בעל האכסניא הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו איבער זיינע פילע פעולות לטובה פארן בית השחיטה המהודרת, און פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו וועלכע איז פון די חברי ועד הדירות און האט געהאט א גרויסע חלק אין אראפריקן די פרייזן פון די דירות אין קרית יואל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע אנוועזנדע, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פרוכט לכבוד היום דער רבי האט טועם געווען פון די טייטלען און נאך פארשידענע פרוכט.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו, נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר די משתתפי המסיבה צו אונטערשרייבן די שטרות איינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן יעדן באזונדער און פארטיילט פאר יעדן א שאכטל פירות מיט שיירי אתרוג וואס האט געהאנגען אינעם רבינס סוכה.
חפץ ה' בידם הצליח צו שאפן קרוב צו צוויי מיט א האלב מיליאון דאללאר אין צוגאב צו די מסיבה מיט עטליכע וואכן צוריק אין וויליאמסבורג און בעז"ה אינאיינעם וועט מען קענען גומר זיין דעם מלאכת הבנוי' און מחנך זיין דעם בנין מפואר בקרוב בס"ד לשם ולתפארת.