הויפט בלאט באריכט הכנה דרבה צו שמחת בית קרעטשניף סיגעט און שבת שבע ברכות פרשת משפטים אין בארא פארק

הכנה דרבה צו שמחת בית קרעטשניף סיגעט און שבת שבע ברכות פרשת משפטים אין בארא פארק

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' משפטים • י"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


גרויסע הכנות גייען אן ביי קרעטשניפער חסידים אין ניו יארק צום באזוך פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וואס קומט צו פארן בעז"ה ממעונו אין ירושלים עיה"ק צו באשיינען די פייערליכע שמחת החתונה פון זיין אייניקל הכלה שתחי' וואס וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מיטוואך פרשת משפטים, כ"א שבט, אין דעם נייעם פראכטפולן הייטנער זאל אין בארא פארק.

עס וועט גיין אונטער דער חופה למז"ט ובשעטומ"צ נכדתו הכלה, בת לבנו הרה"צ ר' מאיר ארי' לייב ראזנבוים שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, מיט החתן בנש"ק זוהן פון הרה"צ ר' יוסף מאיר שטיין שליט"א, בן הגה"צ ר' דוד שלמה שליט"א ראש הכולל בית יצחק ספינקא וחתן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב וויליאמסבורג שליט"א נכד הגה"צ גאב"ד פאלטישאן שליט"א.

באזונדער גייען אן פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום ווארימען שבת שבע ברכות פרשת משפטים מברכים אדר, אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, וואס כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וועט פראווען ברוב עם הדרת מלך. די תפילות און עריכת השלחנות וועלן פארקומען אין זאל פון עטרת גאלדא. מוצש"ק וועט אי"ה פארקומען די צענטראלע שבע ברכות אין זעלבן זאל.

צו דער שמחה דערווארט מען פילע געסט וואס וועלן קומען צו פארן פון ארץ ישראל און אייראפע און פון איבער גרעיטער ניו יארק. קרעטשניפער חסידים וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די שמחה בבית צדיקים, זייענדיג מקושר לאילנא דחיי דער רבי שליט"א, און בעידנא דחדוותא ווען עס ציט זיך ב"ה ווייטער די גאלדענע קייט וועט מען זיך מיטפרייען אינאיינעם מיט די שמחה הרוממה.

עס ווערט צוגעצייכנט דער פאקט אז עס איז שוין אריבער צען יאר פון ווען דער רבי שליט"א האט געוויילט א שבת אין דער שטאט בארא פארק. אצינד ביים דערהויבענעם שבת של שמחה וועט ווידער זיין א געלעגנהייט פאר תושבי העיר הצמאים לדבר ד', ובפרט פאר קרעטשניפער חסידים, מיטצוהאלטן א ווארימען קרעטשניפער שבת מיט'ן גאנצן ברען בראשות דעם רבי'ן שליט"א, וואס וועט ווי זיין שטייגער אויפפלאמען דעם ציבור בדרך אביו הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל בקדושת השבת.

דער אכסניא פון רבי'ן שליט"א אין בארא פארק וועט זיין אין שטוב פון הנגיד ר' קלמן אייזדארפער הי"ו וואו עס וועלן פארקומען די תפילות אין די וואכן טעג און זמני כניסה לעצה ותושיע.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00