דינסטאג פ' יתרו • י"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
כנהוג בחצר הקודש בעלזא איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "קביעת זמן החתונה", פון נכדתו הכלה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, יונגסטע טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א מיט'ן חתן המצוין והמופלג הרב אלימלך פענסטער ני"ו זון פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער שליט"א ר"מ בישיבת בעלזא בני ברק.
דער זמן החתונה איז נקבע געווארן אויף דעם קומענדיגן כ"ב סיון, מיטוואך פרשת שלח, און וועט אפגעראכטן ווערן במקהלות אלופי אלפי ישראל חסידי בעלזא פון איבער די גאנצע וועלט, אין די גיגאנטישע "ארנה" סטאדיום אין ירושלים.
לרגל די קביעת זמן החתונה איז כנהוג פארגעקומען א מסיבת לחיים במעון הקודש פונעם רב שליט"א מיט'ן השתתפות פונעם חתן און די מחותנים, מ'האט ארומגעשמועסט שיינע עניני ומנהגי נישואין און איבער די ייחוס פון חתן וכלה, דאן האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שמחה און דער רב שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן חתן און די מחותנים.
אין אנדערע נייעס איז באשטעטיגט געווארן אז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א וועט אונטערנעמען א מסע התעוררות דעם קומענדיגן חודש אדר, פוקד צו זיין ביי די קברי צדיקים און די הייליגע זיידעס לקראת די חתונה הגדולה, און עס וועלן האבן די זכי' מיטצופארן די נדיבים החשובים תומכי מרכז מוסדות בעלזא.
דורכאויס די נסיעה וועט מען פוקד זיין די קברי האבות ברחבי פוילין און אונגארן. דער הויכפונקט וועט זיין דער מעמד התפלה ביים ציון קודש הקדשים פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק, עטליכע טעג נאך די הילולא קדישא כ"א אדר.