מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
מטעם בית מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז נארוואס געמאלדן געווארן אז די געפלאנטע אפשטעל פונעם רבי'ן שליט"א אין ניו יארק, אויפ'ן וועג קיין לאס אנדזשעלעס איז אפגערופן געווארן, און דער רבי וועט אנדערש ווי געפלאנט זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון אן אור-אייניקל וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך פרשת משפטים בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג.
ווי שוין געמאלדן לאזט זיך דער וויזניצער רבי ארויס די קומענדיגע וואך קיין לאס אנדזשעלעס וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן פאר לענגערע וואכן, דערונטער יו"ט פורים, און דארט דורכגיין א קאמפליצירטע און גורל'דיגע אפעראציע. עס האט געהייסן אז אונטערוועגנס וועט זיך דער רבי אפשטעלן אין ניו יארק און באשיינען די חתונה פון אן אור-אייניקל, אייניקל ביי חתנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, אויף וואס דער רבי שליט"א האט שטארק משתוקק געווען זיך צו משתתף זיין בראש שמחתו.
אבער צוליב די שטארקע חולשה ביים רבי'ן און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים וועט דער רבי זיך נישט אפשטעלן אין ניו יארק, נאר פארן דירעקט פון ארץ ישראל קיין לאס אנדזשעלעס.
היות דער רבי וועט זיך צום באדויער נישט קענען משתתף זיין די חתונה, וועט דער רבי אפרעכטן "די לעצטע שבע ברכות" בבית האכסניא אין לאס אנדזשעלעס, וואו עס וועלן קומען צו פארן די געהויבענע זיידעס מכל הצדדים און זיך מיטפרייען מיט'ן גרויסן עלטער זיידן בעת שמחתו.
אין די זעלבע צייט איז געמאלדן געווארן פאר חסידי וויזניץ ברחבי ארה"ק איבער א גרויסע "שבתא דריגלא" וואס וועט אפגעהאלטן געווארן די וואך שבת יתרו קבלת התורה בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א אין בני ברק, וואו מ'וועט זיך משמח זיין בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן און זיך געזעגענען פונעם רבי'ן איידער זיין לענגערע נסיעה קיין אמעריקע. מוצש"ק וועט בקול רנה ותודה המון חוגג געפייערט ווערן דער מעמד "פארשפיל" בתופים ומחולות אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א.