הויפט בלאט באריכט לאור עולם: עדת חסידי ערלוי געשפאנט צו מעמד נרגשת "תורתו אמת" לרגל השלמת ספרי בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל

לאור עולם: עדת חסידי ערלוי געשפאנט צו מעמד נרגשת "תורתו אמת" לרגל השלמת ספרי בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' בשלח • ט' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


ברגשי קודש רישן זיך חסידי ערלוי מיטצולעבן דעם זעלטענעם מעמד "תורתו אמת", וואס וועט צונויפברענגען גאנץ ערלוי תחת קורת גג אחד, לרגל דעם פריידיגן מציאות ווען מ'האט זוכה געווען צו די פולקאמע השלמה און הוצאה לאור פון די ספרי קודש "אמרי סופר" פון הגה"ק בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל.

די ספרי אמרי סופר איז אצינד ארויס לאור עולם נאך יארן פון עמל ויגיעה דורכ'ן "מכון דברות קודש" שע"י חצר הקודש ערלוי, וואס האט אצינד באוויזן צו פארפולקאמען דעם גרויסן פראיעקט און ארויסגעבן די זעקס הערליכע בענדער "אמרי סופר" על התורה מכתב יד קדשו.

דער מעמד נשגב של שמחת התורה וועט זיין קאמבינירט מיט א גייסטרייכע התכנסות פון די טויזנטער תלמידים פונעם רבי'ן זצ"ל, און וועט אפגעראכטן ווערן לקראת די ניינטע הילולא קדישא, דעם קומענדיגן מוצש"ק תצוה, זכור, אינעם פרעכטיגן "די סיטי" פעסטונג אין מעלה אדומים.

אין שפיץ פונעם מעמד הנהדר וועט מען זוכה זיין אז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועט מפאר זיין בראש און מאציל זיין מהודו וזיוו, אין שפיץ פון קהל עדת תלמידי וחסידי ערלוי רבנן ותלמידיהון.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00