מוצאי שבת פ' בא • ג' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, JDN
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע וואכן אין טבריה כמנהגו אין די שובבי"ם וואכן האט פארגאנגענע דאנערשטאג ראש חודש געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין די היימישע יישוב אין שטאט. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די מקווה טהרה וואס ווערט געבויעט ביים בנין ביהמ"ד תולדות אהרן וואס וועט דינען אלס מקווה פרטי פאר כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, בזמן שהצדיק בעיר אין די וואכן פון שובבי"ם ווען דער רבי קומט ארויס אפרעכטן זיין עבודת הקודש סמוך ונראה צום ציון פונעם תנא רבי מאיר בעל הנס, און טוט פראווענען די געהויבענער שבתים בקרב הקהילה אין שטאט.
דעם רבינס זוהן הגה"צ רבי משה קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן טבריה און די דייני הקהילה האבן צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן די הלכה'דיגע חלקים פון די נייע מקוה וואס ווערט געבויט בתכלית ההידור, און דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות הטבילה בדחימו ורחילו.
נאכן מעמד יציקות הבורות האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקוקט ברחובות קריה קריה און באטראכט מיט גרויס שמחה און הנאה די בוי ארבעט וואס גייט אן מיט'ן פולן טעמפא, אהערצושטעלן פרישע דירות פראיעקטן, פאר נאך משפחות חסידי תולדות אהרן וואס גרייטן זיך ארויסצוצציען קיין טבריה.