הויפט בלאט באריכט רייכער דינער בנה ביתך לטובת די אויפבוי פונעם ביהמד הגדול מאחנובקא בעלזא אין רמה ד' בית שמש

רייכער דינער בנה ביתך לטובת די אויפבוי פונעם ביהמד הגדול מאחנובקא בעלזא אין רמה ד' בית שמש

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


א גייסטרייכע דינער "בנה ביתך" איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם דאנערשטאג לטובת די אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא ההולך ונבנה אין די בליענדע רמה ד' געגענט אין בית שמש וואו עס האבן זיך שוין אריינגעצויגן צענדליגער משפחות חסידי מחנובקא בעלזא. די דינער איז אפגעראכטן געווארן אויף אן אייגענארטיגע פארנעם, אין די 'יקב ברקן' וויין קעלער וועלכע געפונט זיך נעבן בית שמש, בראשות כ"ק האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט זיך מטריח געווען צו קומען באשיינען די מעמד, לטובת די קהילה אין בית שמש וואס איז נוגע ללבו הטהור און דער רבי פרעגט זיך כסדר נאך איבער די בליה און וואוקס פון די קהילה.

מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען א באשיידענעם מעמד הנחת אבן הפינה בביתו נאווה קודש, וואו דער רבי האט איבערגעקוקט די בוי פלענער און געלייגט דעם אבן היסוד פארן בנין אדיר ומפואר.

אנהויב פונעם מעמד איז פארגעשטעלט געווארן פאר'ן ציבור א העכסט-אינטערסאנטע פרעזענטאציע, גערופן 'פון בעלזא ביז בית שמש', וועלכע האט ארויסגעברענגט די וויכגטיגקייט פון פארמאגן אן אייגן גרויסן ביהמ"ד על דרך ומסורת רבותינו.

אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרב מענדל טויסיג שליט"א, וועלכע האט אויפגערופן הגאון רבי יעקב יהושע ענגלאנדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא און דער נואם בחסד עליון הרב יעקב גראסמאן הי"ו וועלכע האבן אנגעווארעמט דעם ציבור לטובת די פראיעקט וועלכע ציט אריין אין שווערע מיליאנען שקלים.

דאן האט מען געהערט די הארציגע דיבורים פונעם רב הקהלה הגה"צ ר' יוסף מאיר רוקח שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש וועלכע האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון פארמאגן אן אייגן ביהמ"ד ווי מ'קען זיך צוזאמען האלטן און שטייגן בתורה וחסידות לנו ולדורותינו און דערנאך האט מען געהערט קורצע ווערטער פון מעיאר פון שטאט בית שמש הרב שמואל גרינבערג הי"ו.

מיט א חרדת קודש האט מען מקבל פנים געווהן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש לכבוד העם הנאספים און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק בלב ובנפש לטובת די קהלה אין בית שמש וועלכע בליט און וואקסט לשם ולתפארת.

נאכן מעמד האבן די גרעסערע נדיבים ותומכים געהאט די זכיה אריבערצוגיין אל מול פני הקודש און מקבל זיין א מתנת קודש פון רבי'ן שליט"א.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00