הויפט בלאט באריכט רירנדער מעמד בקשת מחילה פאר פארברענטע ספרי קודש פון "עדת ישראל" שוהל אין מעלבארן

רירנדער מעמד בקשת מחילה פאר פארברענטע ספרי קודש פון "עדת ישראל" שוהל אין מעלבארן

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך דינסטאג איז פארגעקומען א גאר רירנדער "מעמד בקשת מחילה" אין ק"ק עדת ישראל אין מעלבוירן, אויסטראליע, בראשות הגה"צ רבי שלמה קאהן שליט"א אבדק"ק עדת ישראל, וואו מען האט מפייס געווען די פילצאליגע ספרי קודש און תשמישי קדושה וועלכע זענען ליידער פארברענט געווארן אויף א שווערן פארנעם ביים העלישן אנטיסעמיטיש– אונטערגעצינדענעם פייער וואס האט פארניכטעט טייל פונעם עדת ישראל שוהל, מיט 2 וואכן צוריק ערש"ק ויצא.

דאס פייער האט פארניכטעט איינס פון די צוויי גרויסע היכלות לתפילה פונעם שוהל, אינאיינעם מיט פילע ספרי קודש, תשמישי קדושה און נאך. בחסדי ה' זענען די ספרי תורה אפגעשוינט געווארן.

ווי געזאגט איז די וואך דינסטאג פארגעקומען א ספעציעלער מעמד בקשת מחילה מיט גרויס התעוררות, בראשות פונעם רב שליט"א וועלכער האט גערעדט א דרשה פארנט פון די שוהל און מעורר געווען דעם ציבור בעניני מורא מקדש און קדושת בית המדרש. מען האט דאן געבעטן מחילה פון די הויפענס פארברענטע ספרי קודש און תשמישי קדושה וואס מען האט צוזאמגענומען – און וועלן באערדיגט ווערן מיט א ספעציעלע קבורה לגניזה דורך די חברה קדישא.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00