מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט אומבאגרעניצטע פרייד נעמען אויף חסידי וויזניץ אין אמעריקע אז ס'איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דער יומא טבא לאלפי רבנן, דער היסטארישער מעמד "קשר נצחי – סיום סדר נזיקין והתחלת ש"ס" דורך די פאראייניגטע ש"ס-חבורה "מאמר מרדכי" וואס איז נתייסד געווארן לשמו ולזכרו הטהור פונעם רעיא מהימנא הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, און אויף א פרעצעדענטלאזע פארנעם וועלן זיך פאראייניגן תחת קורת גג אחד אלע וויזניצער חסידים בראשות אלע אכט אדמורי"ם שליט"א.
ביי חסידי וויזניץ ליגט נאך גוט אין זיכרון די קריאת הקודש פונעם רבי'ן דער תורת מרדכי אינעם לעצטן יו"ט שבועות קבלת תורה בחיים חיותו, ווען דער רבי ז"ל האט דאן ביים טיש יו"ט שבועות געזאגט ביי די תורה, די לעצטע תורה וואס דער רבי האט איבערגעגעבן בשארית כוחותיו הטהורות, אז ער בעט אלע חסידים אז מ'זאל לערנען לעילוי נשמתו א בלאט גמרא.
ליידער האט מען עטליכע חדשים דערויף פארלוירן דעם קרוין פון קאפ, און דער רבי איז ארויף לסערה השמימה, און דעם קומענדיגן יו"ט שבועות, לשנה האחרת קבעום, האבן אלע אכט אדמור"י בית וויזניץ ממשיכי דרכו בקודש, מכריז געווען איבער'ן התייסדות פון די חבורה "מאמר מרדכי", אונטער וואס אלע חסידים לערנען אן עמוד גמרא א טאג, און דערצו חזר'ט מען דעם נעכטיגן עמוד, און אזוי ארום איז מען במילואו מקיים רצון ומגמת קדשו פונעם רבי'ן זי"ע, וואס ווערט באטראכט ווי די הייליגע צוואה פאר אלע חסידים.
דורכאויס די לעצטע זיבן יאר האט מען קונה געווען אין די ראמען פון די חבורה עטליכע מסכתות, באגלייט מיט די חזרות און בחינות, און אצינד ווען מ'גרייט זיך מסיים צו זיין גאנץ סדר נזיקין, איז בהתייעצות ובהסכמת אלע אדמורי"ם שליט"א נשיאי החבורה, באשטעטיגט געווארן מחזק און מרים צו זיין דעם קרן התורה והחבורה, דורכ'ן אפרעכטן ברוב עם הדרת מלך די גראנדיעזע סיום אדירה במקהלות אלפי הלומדים והמסיימים, דעם קומענדיגן דאנערשטאג ויחי, וואס אנטשפרעכט צו זיין א היסטארישע מאורע בקורות בית וויזניץ און א פרעכטיגע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה.
אין די יעצטיגע טעג ארבעטן די עסקנים פיבערהאפטיג צו קענען באשטעטיגען א מקום ראוי פאר'ן מעמד א פלאץ וואס זאל קענען אקאמעדירן אזא ריזן ציבור לאלפים און זאל און אויך קענען האבן אלע זייטיגע צוגעהערן ווי פארקינג וכדומה, און אלע ארומיגע דעטאלן וואס אזא מאורע נעמט אריין לכבוד התורה ולומדי'.
שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה