דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט געשפאנטע רגשי הלבבות רישן זיך חסידים ומעריצים לבית קאסוב בארצינו הקדושה מיטצולעבן דעם שבת קודש פרשת פנחס בקרתא דשופריא אין ירושלים עיה"ק בצילו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, שבת המועדות ראשון למקראי קודש, די ערשטע שבת בצל הקודש אין ארץ ישראל, און זיך דערווארעמען ביי די לעכטיגע תפלות און טישן פונעם רבי'ן שליט"א נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה נאך די התסקלות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל.
צום גרויסן שבת וואס געפאלט אויס ככלות ימי השלושים לסילוקו של רבי זענען ערוואטערט פילע געסט פון איבעראל, הכל מעלין לירושלים, דאראונטער א גרויסע ציבור חסידי סערט וויז'ניץ מעריצים ואוהדים פונעם רבי'ן שליט"א, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א – חותן המלך האט היינט איבערגעגעבן פאר קהל חסידיו, אז ווער עס קען זיין שבת אין ירושלים און מיטהאלטן דעם שבת וועט דאס זיין א חיזוק פאר זיין די הייליגע המשכה לבית קאסוב וואס ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת, בשליחות הקודש וועט דעם רבינס עלסטער זוהן הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א מיטהאלטן דעם גרויסן שבת אין ירושלים.
דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין אלע תפילות און טישן, אין בית המדרש הגדול וויז'ניץ אויף רח' אדוניהו הכהן, מיט רגשי געגועין וכיסופין, די בענקענדיגע געפילן צו די לעכטיגע שבתים וואס די קאסובער רבי זצ"ל פלעגט פראווען באתרא קדישא הדין, טאקע אין די יעצטיגע זומער וואכן ובכן נפשי לך ערגה.
למחרת השבת זונטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די סעודת השלושים, אין ביהמ"ד סערט וויז'ניץ אויף רח' גראסבערג אין ירושלים אין שפיץ פונעם קאסאבער רבין שליט"א, און זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א וועלעכע וועט ספעציעל אריינקומען קיין ירושלים צום סעודת שלושים, ואתו עמו הונדערטער חסידי סערט וויז'ניץ, באסעס וועלן ארויספארן צום טיש פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ חיפה און צוריק נאכן טיש.
באזונדער ווערט געפלאנט א גרויסן עצרת התעוררות ומספד תמרורים אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויז'ניץ קייאמישע וואו הונדערטער אידן פון אלע ארומיגע קאנטר'יס וועלן זיך צוזאמקומען און באוויינען די פארלוסט פונעם קאסובער רבי'ן זצוק"ל ביום השלושים לפטירתו, עס וועלן אויפטרעטן מיט דברי הספד קינה ונהי: כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, הגה"צ רבי ברוך האגער אבד"ק קאסוב לעיקוואד בנו חביבו פונעם רבי'ן זצ"ל און העסקן הרב שלמה באכנער הי"ו מייסד ויושב ראש ארגון בוני עולם.