הויפט בלאט באריכט גרויס פרייד צווישן חסידי דזיקוב וויז'ניץ מיטן עפענונג פון 'ישיבה לצעירים מצוינים' פאר בחורי החסידות

גרויס פרייד צווישן חסידי דזיקוב וויז'ניץ מיטן עפענונג פון 'ישיבה לצעירים מצוינים' פאר בחורי החסידות

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי דזיקוב וויז'ניץ זענען איינגעהילט אין א חדוותא דאורייתא בייוואוינענדיג ווי די מעכטיגע אימפעריע פון חינוך והרבצת התורה וואקסט מיט א שנעלן אימפעט ווען עס איז געמאלדן געווארן אז צום דעם קומענדיגן שנת הלימודים חודש אלול וועט זיך עפענען א נייע ישיבה לצעירים מצוינים דחסידי דזיקוב וויז'ניץ תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א אינעם קרית מלך רב קרית דזיקוב וויז'ניץ אין בית שמש.

אין די לעצטערע יאהרן זינט די התייסדות פון די קריה המעטירה און די מוסדות התורה והחינוך דחסידי דזיקוב וויז'ניץ אין בית שמש, האט זיך שטארק אויסגעשטעלט אינטערעסע אין פארלאנג פאר א ישיבה קטנה ווי די חסידים זאלן קענען ערציען די קינדער אויפן אויסגעטראטענעם דרך, אין אצינד ווערט בעז"ה ערפילט דעם חלל, ווערנדיג ערמעגליכט פאר דזיקוב וויז'ניצער עלטערן אז די קינדער, די בחורי חמד, זאלן שוין קענען לערנען אין אן אייגענעם ישיבה זיי מנחיל צו זיין תורה וחסידות צרופה על דרך ישראל סבא צדיקי בית וויזניץ לדורותיהם ותחת הנהגתו ועינו הפקוחה פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויז'ניץ שליט"א.

דער ישיבה קטנה וועט זיין סטאנציאנירט אין א נייעם הערליכן בנין אינעם קרית מלך רב אויסגעשטאט מיט אלע געברויכן אויף א באקוועמען רחבות'דיגן פארנעם ווי די בחורים וועלן קענען שטייגן בתורה ועבודת ה' אין א הייליגע אטמאספערע, און וועט דינען אלס א פנינת יקרת פאר תושבי עיר בית שמש המעטירה.

אין די קומעדיגע חדשים וועלן אויסגעקליבן ווערן א ספעציעלע ערפארענע שטאבע מגידי שיעור אין סטעף פאר די ישיבה קטנה, מחנכים דגולים מומחים אין די פעלד פון חינוך וועלכע וועלן באגלייטן די בחורים צו זייער מאקסימום הצלחה.

זיך גרייטנדיג שוין צום פתיחת שערי הישיבה איז היינטיגן מיטוואך פארגעקומען די מעמד 'אסיפת היסוד' פאר די עלטערן וואס גרייטן זיך אריינשיקן זייערע קינדער אין די נייע ישיבה, עס איז פארגעקומען אינעם זאל פון די תלמוד תורה אין שפוץ פון רבי'ן שליט"א.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00