הויפט בלאט באריכט יום תפילה עולמי באשטימט דורך בד"ץ העדה החרדית לעורר רחמים פאר פאר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק

יום תפילה עולמי באשטימט דורך בד"ץ העדה החרדית לעורר רחמים פאר פאר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

מטעם דער בית דין הגדול שבירושלים בד"ץ העדה החרדית איז נקבע געווארן א פאראייניגטער א יום תפילה עולמי אויף מארגן מאנטאג פרשת וירא ט"ו מרחשון – צום שני בתרא, אום 10:00 פארמיטאג ניו יארק צייט, אין אום 4:00 נאכמיטאג אין ארה"ק, ווי אלפים ורבבות אידן בכל מקומות שהם וועלן אינאיינעם שופך שיח זיין פארן בוכ"ע איבער די ביטערע מצב וואס הערשט אין ארץ ישראל, אין מעורר זיין רחמי שמים מרובים פאר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק.

לויט דער סדר וואס איז באשטימט געווארן דורך די שרי התורה חברי הבית דין צדק וועט מען זאגן די קאפיטלעך פון יג, כ, צא, קכא, קמב, אין די אותיות קר"ע שט"ן פון תמניא אפי.

אין א בריוו וואס איז נתפרסם געווארן דעם ערב שבת רופן די חברי הבד"ץ די מנהיגי עדות הקודש ראשי עדת בני ישראל בארה"ק ובגולת אריאל זיך אנצושליסן אין דעם יום תפילה, וגדול כח תפלת הרבים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00