הויפט בלאט נייעס רייכע באנקעט אין 'ליטרון' לטובת איחוד מוסדות גור‎

רייכע באנקעט אין 'ליטרון' לטובת איחוד מוסדות גור‎

געשריבן דורך admin

א ספעציעלער דינער איז אפגעראכטן געווארן אויף א גראנדיעזן לוקסוסעריעזן פארנעם פאר די גרויסע נגידים און קאפיציטעטן, תומכי בית גור הנכבדים. דער מעמד איז ארגאניזירט געווארן דורך די שירעם ארגאניזאציע 'איחוד מוסדות גור' וואס נעמט אריין אונטער זיך אלע מוסדות התורה און צדקה וחסד ארגאניזאציעס און פאראיינען שעל ידי חסידות גור וועלכע שטייט צוהילף פאר יעדן חסיד בכל עת מצוא מיט הלוואות און צומאל תמיכות כפי הצורך. דער רבי שליט"א האט אליין באשיינט די מסיבה און האט אנגעווינטשן מיט קורצע דיבורים כמנהג בית גור, און הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א האט פארהערט ברבים פילצאליגע בקיאים בכל הש"ס פון די קינדער און בחורים, די הערליכע פירות פון מוסדות גור

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00