הויפט בלאט באריכט הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האד' מגור באזוכט ביי אידישע ארעסטאנט אין אנטווערפענער טורמע

הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האד' מגור באזוכט ביי אידישע ארעסטאנט אין אנטווערפענער טורמע

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א וועלכע איז היינט אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין אנטווערפען בעלגיע האט דורכן טאג באזוכט אין א ארטיגע טורמע ביי א אידישע ארעסטאנט.

נאך גרויס השתדלות דורך די עסקנים ביי די תפיסה אינסטאנצן האט מען אריינגעלאזט דעם גאסט הרב ישראל מנחם שליט"א, אין באגלייטונג פון הגאון רבי אשר חיים שטערנבוך דומ"ץ מחזיקי הדת ואבד"ק אהל יעקב וואס דינט אלס אפצילער טשעפלען פון די תפיסות אין בעלגיע. א לענגערע וויילע האט ער מחזק געוועהן דעם אידישן ארעסטאנט מיט טרעפליכע דברי חיזוק ועידוד, און דערנאך אריין באזונדער באזוכן ביי אנדערע אידן יושבי חושך וצלמות וואס שמאכטען ליידער אין די ארטיגע טורמע.

שפעטער באנאכט האט זיך הרה"צ רבי ישראל מנחם שליט"א משתתף געוועהן ביים שמחת הבר מצוה פון א זוהן פון הרבני הנגיד ר' ישראל גאטליב הי"ו מחשובי חסידי גור אין אנטווערפען ומגדולי תומכי ישיבתו בית נחמיה דחסידי גור.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00