הויפט בלאט באריכט שווערע טויזנטער פארזאמעלט אין עיה"ת לעיקוואוד ביים גרויסן מעמד "זעקת הגולה" אפגעראכטן בחוצות העיר

שווערע טויזנטער פארזאמעלט אין עיה"ת לעיקוואוד ביים גרויסן מעמד "זעקת הגולה" אפגעראכטן בחוצות העיר

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' וזאת הברכה • י'ג תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


פארלאפאנעם וואך אין די עשרת ימי תשובה האבן רבבות ישראל זיך פארזאמעלט ברחובה של עיר לעיקוואד, צום מעמד אדיר "זעקת הגולה" וואו מען האט צוזאמען איינגעריסן מיט א געוואלדיגן התעוררות אויף דער ביטול פון די גזירה נוראה פון "גיוס בני ישיבות".

דער מעמד האט צונויפגעברענגט שווערע טויזנטער תושבי העיר, אנשים נשים וטף, וואס זענען געשטאנען מיט א מוסטערהאפטע ארדענונג, און אזוי מיטגעהאלטן דעם מעמד בחוצות העיר, האפנדיג צו פועל'ן די גרויסע ישועה פאר די טויזנטער ישיבה בחורים אין ארץ ישראל וועמענס אידישקייט איז ר"ל אין געפאר, מיט א מעגליכקייט אז מ'וועט זיי ל"ע אריינשלעפן אין טריפה'נעם מיליטער.

צו די באשטימטע צייט האט זיך אנגעהויבן דער שטראם פון טויזנטער טויזנטער אידן וועלכע האבן איבערגעפולט די גאסן, צווישן די טויזנטער משתתפים ההאבן זיך אנגעזעהן אידן פון אלע ישיבה'שע און חסיד'ישע קרייזן פון איבער דער גאנצע שטאט, אין שפיץ פון די גדולי הרבנים, ראשי ישיבות ורבני הקהלות שליט"א.

דער מעמד איז געעפענט געווארן מיט "תפלת מנחה" ברוב עם וואָס איז געווען א מעמד פאר זיך, צו זען ווי טויזנטער שאקלן זיך אויף די גאסן, און ענטפערן אמן און יהא שמי' רבה מיט אזא געוואלדיגן התעוררות. גלייך דערויף האט זיך אנגעהויבן דער סדר המעמד, ווען עס איז אויפגעשפילט געווארן דער דבר ה' מירושלים דורכן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכע האט אויפגעשטורעמט דאס יהדות אמעריקא, איבער דעם שווערן מצב. דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הגאון רבי נחום ביינדער רב דקהל העמפשיר הייטס אין לעיקוואד אויף די ענגלישע שפראך. דאס התעוררות האט זיך געשטארקט ביים הערן די דברים חוצבים פונעם ראש ישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, וועלכע האט מיט דברים קולעים אל השערה ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה, וואס איז שוין אין פולן קראפט, און איז בגדר "יהרג ועל יעבור" סיי פאר בחורים בני תורה און אפילו בחורים וואס לערנען נישט אין ישיבות.

בסיום המעמד האט מען געזאגט קאפיטלעך תהלים, פארגעזאגט אין די ריי דורך די ראשי הישיבה שליט"א, הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א, הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א און הגאון ישראל נוימאן שליט"א.

דאן איז מען אַַריבער צום סדר "אמירת סליחות" וואו מען האט געזאגט עטליכע געקליבענע שטיקלעך פון די סליחות, ווי "ישראל נושע בה' תשועת עולמים" און די סליחה פון "שלש עשרה מדות" ביי וועלכן אידן האבן פאַַרגעסן טייכן טרערן, ובפרט ביים מתפּלל זיין "אזכרה אלקים ואהמי' בראותי כל עיר על תלה בנוי' ועיר אלקים מושפלת עד שאול תחתי'" וואָָס האט אזוי שטאַַרק ארויסגעברענגט דעם מצב אויף וועלכן מען איז צוזאמגעקומען מתפלל זיין. נאך סליחות האבן די טויזנטער באטייליגטע אויסגעשריגן די פּסוקי היחוד וואס האט אפגעדינערט אויף גאסן אוועק.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00