זונטאג פ' וזאת הברכה • י'ג תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
דעם יום הקדוש איז אפגעצייכנט געווארן די 48'סטע הילולא קדישא פון הרה"ק המפורסם פועל ישועות בקרב הארץ רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע, דער רבן ומאורן של ישראל וואס איז נקדש ונערץ אין אלע חסיד'ישע קרייזן. אומעטום האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט אינעם אתרא דמר בצל קדשו פון ממלא מקומו נכדו חביבו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפן איז די הילולא קדישא פאראיבער אינעם פארכטיגן טאג יום הקדוש מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה, ווען ס'איז אויפגעברענגט געווארן מיט בענקשאפט די לעכטיגע זמנים בהלו נרו על ראשינו, און דער קשר אמיץ ואהבה עזה וואס דער רבי זי"ע האט ארויסגעוויזן פאר'ן אייניקל כבבת עינו דער פשעווארסקער רבי שליט"א.
ווי יאהר יערליך איז א ריזן ציבור געסט געקומען צו פארן פון אלע עקן וועלט, ובפרט פון אלע אייראפעאישע שטעט. דער רבי האט אפגעראכטן אלע תפילות היום אין דעם נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד הגדול. דער היכל הגדול מיט אלע גאלעריען זענען געווען איבערגעפילט מיט מאסן חסידים זקנים עם נערים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע תפילות און עריכת השלחנות בהילולא דמר.
יום הקדוש ביינאכט נאכ'ן דאווענען האט דער רבי האט כמידי שנה בשנה פארגעלערנט א שיעור משניות אין מסכת יומא לע"נ דעם זיידן דער בעל הילולא.
עת כי פנה יום, נאך תפילת מנחה, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת נעילה מעוטף בטליתו פונעם זיידן דער בעל הילולא, ווען לידו פונעם רבי'ן שטייען די צוויי משמשים בקודש פונעם בעל ההילולא, הרה"ח ר' חיים העניג ההי"ו און הרה"ח ר' שבתי האפמאן הי"ו. דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש בקול דממה דקה.
מוצאי יום הקדוש נאכן געזעגענען די געסט פון אויסלאנד, איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת הילולא קדישא אין היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז בליץ שנעל איינגערישט געווארן, מיט הויכע פארענטשעס און נאך. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מסיים געווען ש"ס.
דער רבי האט מכבד געווען דער מרא דאתרא ההגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א פארצוזינגען "המבדיל" פון מוצאי יום הקדוש, און דערנאך האט דער רבי פארציילט קורצע סיפורים פונעם זיידן רבי איציקל זי"ע, און וואס צדיקים האבן זיך אויסגעדרוקט אויף זיין קדושה ופרישות. דערנאך האט דער רבי געבענטשט על הכוס און פארטיילט כוס של ברכה פאר די נגידים וואס האבן מנדב געווען די סעודה.
מחמת כבוד שבת איז דער רבי שליט"א נישט ארויסגעפארן פרייטאג צום ציון הק'. דער רבי שליט"א האט געשיקט א שליח מיוחד קיין פיטא האלאנד, פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש בשליחותו.