הויפט בלאט באריכט חנוכת הבית בחצה"ק באסטאן אין ביתר צום נייעם איבערגעבויעטן בית המדרש הגדול אויף יו״ט ראש השנה תשפ״ו

חנוכת הבית בחצה"ק באסטאן אין ביתר צום נייעם איבערגעבויעטן בית המדרש הגדול אויף יו״ט ראש השנה תשפ״ו

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


מיט גרויס שמחה און התרגשות האבן חסידי באסטאן, זוכה געווען צו באנייען דעם יו"ט ראש השנה, דעם הערליך נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד הגדול דחסידי באסטאן אין שטאט ביתר, נאך לענגערע חדשים פון העפטיגע בוי ארבעט.

חסידי באסטאן און תושבי ביתר, האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר מיטגעהאלטן די נאכאנאנדע פארשריט ביי די מאסיווע בוי פראיעקט וואס איז אונטערגענומען געווארן לפאר ולרומם את בית ה', די נאסטאלגישע באסטענע ביהמ"ד אין שטאט, וועלכע איז נאך נתייסד געווארן דורך כ"ק אדמו"ר רבי לוי יצחק מבאסטאן זצ"ל וועלכע האט ביים אוועקשטעלן דאס ביהמ"ד מיט 26 יאהר צוריק – ממנה געוועהן נכדו חביבו כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר אלס דער רב פון די קהילה וואס האט געציילט א שיינעם מספר אינגעלייט, וקידשא לשעתה קידשא לעתיד, ווען צוליב דעם ריבוי הציבור בלעה"ר, זענען די עסקנים – מיט די יאהרן – געווען געצווינגען פילפאכיג צו פאברייטערן און פארגערעסערן דעם היכל הביהמ"ד הגדול.

בראשית המלאכה, האט מען נאך זוכה געווען אז כ"ק אדמו"ר מבאסטאן ואבד"ק חוסט זצ"ל האט געגעאן די אבן פינה פארן נייעם צוגעבויעטן פליגל פונעם ביהמ"ד, ביי זיין לעצטע באזוך אין ארץ ישראל מיט זעקס יאר צוריק. דורכאויס די פארלאפענע יארן, האט די ארבעט פארגעזעצט אין פולן טעמפאו, די עושי המלאכה האבן געארבעט רונדע דעם זייגער, צוצוענדיגן די בוי פראיעקט כלול בהדרו, און מיט די הילף פון נדיבים בעם האט מען באוויזן אהערצושטעלן דעם פראיעקט אז מען זאל שוין קענען דארט דאווענען מיט ההרחבת הדעת, כאטש די אינעווייניגסטע טייל פונעם ביהמ"ד איז נאכנישט פוקאם גרייט.

מיט עטליכע וואכן צוריק, האט די שמחה גובר געווען, ווען עס איז געמאלדן געווארן פאר די חברי הקהלה די התרגשותדיגע בשורה, אז בואו שעריו בתודה, און נאך די ברייט פארצווייגטע עבודת הבני', איז מען שוין ענדליך זוכה לבא אל המנוחה ואל הנחלה, און אויף דעם יו"ט ראש השנה תשפ"ו, וועט מען זוכה זיין מחנך צו זיין דעם נייעם ביהמ"ד לשם ולתפארת.

די נייע פארגערעסטערע ביהמ"ד, נעמט אריין אין זיך איבער דריי הונדערט זיץ פלעצער, אין צוגאב צו עטליכע חדרי תפלה, אויפן אונטערשטן שטאק האט מען פילפאכיג פאברייטערט די מקוה מפוארה און אין די נאנטע וואכן וועט די ארבעט פארזעצן, צוצוענדיגן דעם פראכטפולן היכל התורה, וועלכע איז א חידוש אין שטאט ביתר, זייענדיג די ערשטע ביהמ"ד וואס פארמאגט א באזונדערע פראכטפולע היכל וועלכע וועט זיין דעזאגנירט בלויז פאר לימוד התורה, דורכאויס אלע שעות פון טאג, לשמחת לב אלפי תושבי העיר.

ערב ראש השנה, בעפאר תפלת מנחה, איז פארגעקומען די רירענדע מעמד 'קביעת מזוזות' דורך כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א ביי די הויפט אריינגאנג צום בנין, וואו דער רבי האט געמאכט די ברכות מיט א קול געשטיקט פון טרערן און א קענטיגע התרגשות. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די חשובע עסקני ונדבני הבית.

נאך מנחה האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט רירנדע דברות קודש, ווי ער האט צום ערשט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום באנייאונג פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער מורא מקדש, זאגענדיג אז יעצט ווען דאס ביהמ"ד איז פילפאכיג פאגרעסערט געווארן, איז דאס מחייב צו דאווענען מיט כוונה און מקפיד זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען. צום שלוס האט דער רבי אויסגעפירט, אז מ'גייט יעצט זאגן די תפלה פון 'לדוד מזמור' וואס איז מסוגל לפרנסה, דעריבער זאל מען מתפלל זיין אז די גאנצע קהלה זאל האבן פרנסה בריוח און אזוי וועט מען זיך קענען משתתף זיין ברוח נדיבה פאר די גרויסע הוצאות פונעם נייעם ביהמ"ד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00