כמידי שנה בשנה אין די טעג בין כסא לעשור האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א נסיעה צו די קברי אבות לעורר זכות ישני עפר אין די ימים המסוגלים.
מוצאי שבת א קורצע צייט נאך הבדלה האט דער רב שליט"א פארלאזט קרית אתא אויפן וועג קיין בית לחם אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו וואו עס האבן שוין אפגעווארט פילע חסידים ואנשי מעשה פון אלע שטעט. נאכן מעמד התפילה כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ארויספארן בראש קהל חסידיו צום מערת המכפלה אין חברון אויף אמירת סליחות ברוב עם.