מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
טויזנטער תושבי קרית יואל האבן זיך פארזאמלט צו די שבת שובה דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דאנערשטאג צום גדלי' אין די נאכמיטאג שעות צו וועלכן טויזנטער סאטמארער חסידים האבן זיך איינגעזאמלט אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל וועלכע האט שווער געקענט אקאמאדירן דעם ציבור עצום וואס האט מיטגעהאלטן די דרשה פון רבי'ן שליט"א.
לרגל די דרשה האט מען מסדר געווען די מניני מנחה ביי אלע זייטיגע שטובלעך פון ביהמ"ד און די פאלישעס און פליגלען פון אלע זייטן זענען געעפנט געווארן צו קענען פלאצירן דעם גאנצן ציבור. גלייך נאך תפלת המנחה האט דער רבי שליט"א זיך מתעטף געווען בטליתו און איז ערשינען אויפ'ן ארון הקודש. נאך'ן מקדים זיין א קורצע תפלה פאר'ן ארון הקודש האט דער רבי שליט"א זיך אויסגעדרייט צום ציבור און אנגעהויבן מיט די דרשה.
דער רבי שליט"א האט מקדים געווען מיט א דרוש און דאן משמיע געווען דעם פלפול אין די סוגיא פון "מצוה הבאה בעבירה" אין וואס דער רבי שליט"א האט שוין משמיע געווען שיעורים נפלאים במשך די לעצטע וואכן פאר די תלמידי הישיבה גדולה.
מענין לענין האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט דברי דרוש ואגדה המיישבים את הלב און דערנאך פארגעזעצט מיט דברי חיזוק הדרכה והתעוררות אויף כמה וכמה ענינים ובפרט מיט דברי חיזוק בדברי השקפה ברורה ובהירה.
צווישן אנדערע האט דער רבי מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה וואס כאטש וואס די קול תורה אין די בתי מדרשים אין קרית יואל איז בעסער ווי אמאל און רוב ציבור איז אנגעשלאסן אין איינע פון די חבורות פון די קהילה, איז דאס נאך אלס נישט יעדער, און ס'איז דא אידן וואס זענען זיך נאכנישט קובע עתים לתורה.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער קרית יואל זאגענדיג אז דער רבי זי"ע האט מייסד געווען די שטאט מען זאל זיין אפגעזינדערט פון די גאנצע וועלט און מען דארף זיכער מאכן אז ס'זאל בלייבן אפגעזינדערט, שלא יתערב זר במחנינו, און איינער וואס האט א צווייטע השקפה ווי אונז זאל זיך נישט אהערציען, נישט אין קרית יואל און נישט אין קרית יואל המורחבת.
אזוי אויך דארף יעדער איינער זיכער מאכן זיך צו פירן כרצונו הק' פונעם מייסד העיר אין אלע ענינים בנוגע צניעות פון קאפ ביז פיס, פון די ביי האר ביז די זאקן, נישט נאכגיין קיין שום מאדעס נישט די גויאישע און נישט די אידישע, דאס איז נוגע ביי יעדע ענין אפילו ביי ניגונים, און נישט צו זינגען די היינטיגע מאדערנע ניגונים.
אזוי אויך בנוגע די ארבעטס פלעצער אין די אפיסעס ווי נישט יעדער קען די הלכות און מען קען גרינג צוקומען צו איסורים בהלכות יחוד וקירבה בין איש לאשה, און דער רבי האט שטארק מחזק געווען מכון 'עבודה כהלכה' וועלכע גייען ארום געבן א הכשר אויף די אפיסעס זיכער צו מאכן אז אלעס איז כשורה.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי מען האט בעז"ה משנה געווען די געזעץ לטובה אבער דאך רוען די רשעים נישט איין און האבן איינגעגעבן א קלאגע אנטקעגן די געזעץ, ס'איז א ערנסטע קלאגע און מען האפט און מען איז מתפלל צו הקב"ה אז זיי זאלן נישט מצליח זיין און נישט קענען שטערן די חינוך פון די תשב"ר.
אזוי אויך בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבת בארה"ק ווי צענדליגע בחורים זענען געזעצן אין תפיסה דעם יו"ט ראש השנה פארן איינציגסטן חטא פון לערנען תורה, צווישן אנדערע א בחור א תלמיד פון די סאטמארער ישיבה פון בני ברק, דארף מען דאנקן הקב"ה אז עס איז דא א קול מלחמה במחנה און מען טוט שטארק מחזק זיין די לוחמים וואס זענען לוחם מיט אן ערנסטקייט, אבער אין די זעלבע צייט זענען ליידער דא אזעלכע וואס ארבעטן אויף פשרות אז אזויפיל ווי האלב כלל ישראל זאלן חלילה אנקומען אין די טמא'נע מיליטער, אונז רוף מיר אויס פאר די פאליטיקאנטן אז אידישע נשמות זענען נישט קיין מקח וממכר פאר פאליטיק! און מען טאר נישט מפקיר זיין קיין שום נפש מישראל! און דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים פון מרכז עזרה ויעוץ וועלכע שטייען אויפן פראנט ארויסצוהעלפן צו ראטעווען יעדעם איינעם פון מיליטער.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די פראבלעמען פון די כלים למיניהם ובפרט די תאוה פון בחורים צו האבן א אייגענע טעלעפאון, און דער רבי האט אויפגעפאדערט פון די עלטערן נישט צו געבן קיין טעלעפאון פאר א בחור, עס איז שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז עס איז צוגעשטעלט אומזיסטע פאבליק טעלעפאנען אין אלע בתי מדרשים און מען פירט עס יעצט איין אין די שאפינג צענטערן אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין שום תירוץ פאר א בחור צו האבן א טעלעפאון.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די דירות פרייזן וואס זענען ב"ה שטארק געפאלן סיי צו קויפן א דירה און סיי צו דינגען א דירה, און דער רבי האט געבעטן זיך צו האלטן פעסט און נישט צאלן מער פון די פרייז וואס מען האט באשטימט, און אזוי וועט מען מצליח זיין צו האלטן די פרייזן נידריג.
דער רבי האט פארענדיגט נאכזאגענדיג וואס ער האט געהערט מפה קדשו פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע בשנת תשכ"ו בשם דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט בשנת תרס"ו אז יענע יאר איז א זמן פקידה לביאת המשיח, און דער רבי זי"ע האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אז יעדע זעכציג יאר איז דא נאכאמאל א זמן פקידה און איינגעריסן אז מען זאל זוכה זיין תשכ"ו צו ביאת המשיח און מען זאל חלילה נישט דארפן ווארטן נאך זעכציג יאר אויף ביאת המשיח, האט דער רבי געזאגט אז אונז שטיי מיר שוין היינט תשפ"ו זעכציג יאר שפעטער! און מען האפט און מען איז מתפלל אז מען זאל די יאר זוכה זיין צו ביאת המשיח, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה עטליכע מינוט פאר'ן זמן רבינו תם האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש דרבנן. דערנאך האט דער רבי שליט"א צוגעווארט די עטליכע מינוט ביז צום זמן און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם.