הויפט בלאט באריכט מאסן בני ירושלים ביי יערליכע דרשת שבת שובה דורך פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין פארגרעסערטע ביהמ"ד הגדול דושינסקיא

מאסן בני ירושלים ביי יערליכע דרשת שבת שובה דורך פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין פארגרעסערטע ביהמ"ד הגדול דושינסקיא

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: דוד ארזני


שווערע הונדערטער אידן מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק האבן פארלאפענעם ליל שישי מוצאי צום גדלי' מיטגעהאלטן דעם יערליכן 'שבת שובה' דרשה דורכ'ן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכער האט ווי זיין מנהג אין די לעצטע יארן משמיע געווען די דרשה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.

נאך די בעפאר די באשטימטע צייט איז דער נארוואס פארגרעסערטע ביהמ"ד הגדול דושינסקיא מיט אלע אירע זייטיגע היכלות און גאלעריעס איבערגעפילט געווארן מיט פילע הונדערטער אידן זקנים עם נערים וועלכע האבן געהאלטן אין איין שטראמען, מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן בשעה שהחכם יושב ודורש כמש"ה מפי הגבורה.

ביים ערשטן שורה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים אין שפיץ פונעם מרא דאתרא ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די חברי ביד"ץ העדה החרדית, און נאך פילע רבנים ודיינים ומורי צדק, צווישן זיי הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, הגאון רבי אלי' חיים שטערנבוך דומ"ץ באבוב 45 ירושלים און נאך.

דער גאון שליט"א האט פותח געווען בכבוד אכסניא קהילת בית יוסף צבי דושינסקיא והעומד בראשה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע שטייט פעלזן פעלסט נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פונעם דרך המסורה, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה מיט דברי דרוש ואגדה בעניני דיומא, בגודל מעלת עשרת ימי תשובה, און איבער יסוד התשובה וואס איז אמונה, און משמיע געווען דברים נלהבים בענינים העומדים על הפרק איבער'ן ביטערן גזירת הגיוס העומד על הפרק, ווען די ראשי שלטון הכופרים אין ארץ ישראל זענען מחייב די פרומע אידן זיך אנצושליסן אינעם טריפה'נעם מיליטער וואס איז א איסור גמור עפ"י הלכה, און בנוסף האבן זיי ליידער איינגעשפארט בחורי ישראל אין טורמע צוליב זייער מסירות נפש זיך נישט שטעלנדיג צום מיליטער.

דער גאון האט אויסגעשריגן אז די ציונים פירן זיך כגרועים שבאומות, גענוי ווי די אינקוויזיציע וואס האבן גערודפט אידן אויף שמירת תורה ומצוות, אוי לנו שכך עלתה לנו בימינו און מ'דארף מרעיש זיין עולם ומלואו אויף די ביטערע גזירה.

מריחוק מקום האט דער פוסק הדור מחזק געווען די בחורים וואס זיצן אין טורמע "אשריכם שנתפסתם על דברי תורה", און מעורר געווען דעם ציבור מכוון צו זיין בשעתן זאגן די תפילה פון אבינו מלכינו כלה דבר וחרב ושמד מבני בריתך, אז די אייבערשטער זאל שוין מבטל זיין די ביטערע גזירת שמד.

במיוחד האט זיך דער גאון מיט פייערדיגע דיבורים געוואנדן צו די פאליטיקאנטן וועלכע מאכן פשרות מיט די רשעי האומה און שטארק מוחה געווען דערויף זאגנדיג אז אלע צרות קומען בלויז צוליב די פשרות און מיר דארפן שטיין כחומה בצורה אן קיין שום פשרה, און ארויסגעברענגט די חוב פון די רבנים און ראשי ישיבות מעורר צו זיין די בחורי חמד די חשיבות פון א בן תורה, און איבערגעחזרט דעת קדשו אז א בחור וואס ערהאלט א גיוס באפעל זאל דאס תיכף אוועקווארפן און נישט אריינגיין מיט זיי אין קיין דין ודברים, און ביישטיין דעם נסיון מיט מסירות נפש.

דערנאך האט דער פוסק ארומגערעט אז אויסער די גזירת הגיוס איז פארהאן א גזירה אויף די חינוך, אז די ציונים ווילן זיך אריינמישן אין די ריינע ערליכע חינוך, דורכן איינפירן לימודי חול און די היימישע בתי חינוך, דער גאון האט באטאנט כמה גדולים עיני חכמים מייסדי העדה החרדית וועלכע האבן שוין פאראויס געזאגט די שרעקליכע סכנה בימיהם, און האבן זיך גענצליך מתנזר געווען פון זיי און נישט נהנה געווען פון זייערע געלטער כי השוחד יעוור איני חכמים.

דער גאון האט דערביי אפעלירט צו די נדיבי עם און אויסלאנד זיך אנצושליסן אין די מלחמת השם און מחזק זיין דעם עולם התורה מיט פינאנציעלע שטיצע, בפרט די מוסדות התורה פונעם ישוב הישן וואס זענען זיך מוסר נפש גענצליך מתנזר צו זיין פון די רשעים, און אנגעוונטשן אז אין דעם זכות וועלן זיי זעהן שפע גדול און גרויס הצלחה אין אלע זייערע געשעפטן.

דער גאון האט ממשיך געווען בפלפולי דאורייתא איבער הלכות חג הסוכות אין די סוגיא פון מצוות אכילה בלילה הראשון, און בסיום דבריו מעורר געווען עטליכע ענינים הצריכים חיזוק צווישן זיי לימוד הלכות שבת, די סכנה פון אינטערנעט, כשרות המאכלים, ארבעט פלעצער פון נשים זאלן זיין אויסגעהאלטן, און ארומגערעט איבער די חשיבות פון שטיצן די דיינים ומורי הוראה לכבוד יום טוב.

דער פוסק הדור האט דאן געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן גאנצן עולם צום נייעם יאר, און דערנאך האט מען איהם גרויס כבוד והערצה ארויסבאגלייט בשירה וזמרה לרחובה של עיר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00