צום שלוס פונעם יאהר תשפ"ה איז געפראוועט געווארן א שיינעם שמחה אין דער דאראגער הויף, די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' מרדכי אברהם ראזענפעלד שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן לייב מאלוויצקי שליט"א מלעכאוויטש, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק, וואו הונדערטער חסידים האבן מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה.