הויפט בלאט באריכט תחת כיפת השמים: הערליכע שמחת הבר מצווה בחצר הקודש בעלזא געפייערט דורך אלפי חסידים

תחת כיפת השמים: הערליכע שמחת הבר מצווה בחצר הקודש בעלזא געפייערט דורך אלפי חסידים

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' וילך • כ"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט אומבאשרייבליכע שמחה והתרוממות הנפש האבן שווערע טויזנטער בעלזער חסידים מיטגעלעבט די שמחה רוממה בחצר הקודש, די בר מצווה פון א אייניקל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הב' כמר משה יהושע ני"ו א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א איידעם ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן נעכטן במוצאי יום גילה בחצר גינת ביתן המלך אין קרית בעלזא ירושלים.

שוין אויף שבת קודש האבן זיך אנגעזעהן א גרויסער ציבור בפרט די געסט מעבר לים וועלכע זענען געקומען צו פארן לעשות את השבת אינעם קריה נאמנה לרגל די שבת של שמחה און דער שבת הילולא קדישא פון די ראש שושילתא קדישתא הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת כ"ז אלול. לכבוד די הילולא איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צוגעגאנגען צו מוסף און געזאגט אלע קדישים דורכאויס שבת. לכבוד די שמחה איז די זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א געוועהן צוגאסט אויף שבת אין קרית בעלזא און איז מכובד געווארן מיטן בענטשן ביים טיש פרייטאג צונאכטס. דורכאויס גאנץ שבת איז די בר מצווה בחור געזעצן ביים מזרח נעבן דעם רב שליט"א און איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש.

צוליב דעם ריבוי העם האט מען איינגעטיילט דאס דורכגיין, פרייטאג צונאכטס זענען דורך די עלטערע אידן, בעלי בתים און יונגעלייט, און שבת צופרי נאכן דאווענען זענען אריבער די בחורי החסידות, די דאזיגע נייע סדר איז לעת עתה איינגעפירט געווארן ביי אלע תפילות ביז נאך די ירח האיתנים.

דער טיש פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות איז אפגעראכטן געווארן אינעם חצר פון ביהמ"ד הגדול וואס איז שוין געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט צום שמחת הבר מצווה מיט הויכשטאקיגע פאראנטשעס פון אלע זייטן, און א הויכן בימת הכבוד. בעידן רעווא דרעווין האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות וכיבושין לקראת די ירח האיתנים און מסיים געווען מיט די לענגערע ברכת הקודש אויף בני חיי ומזוני וואו עס האבן זיך נוהג געוועהן די צדיקי בית בעלזא אין די שבתים פון חודש אלול.

מוצאי שבת א קורצע צייט נאך הבדלה איז געווען צוגעשטעלט די סעודת מלווה מלכה און סעודת מצווה כיד המלך לכל הקהל הקודש אינעם בנין ביהמ"ד הגדול, בשעה 11:15 איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחה אינעם גרויסן חצר ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר ברוב שמחה וצהלה דורך דעם ציבור האלפים וועלכע האבן איבערגעפילט דעם חצר המלכות מקצה אל קצה. מיט א באזונדערע התרגשות האט מען אויסגעבראכן אין ריקודין נלהבין אויף דעם ניגון 'כי אורך ימים' האבנדיג די זכיה אז דער רב שליט"א איז מפאר על ראש שמחתו כשהמלך במסיבו נאך די אפעראציע מיט עטליכע וואכן צוריק, מיט א בקשה על העתיד אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

דער רב שליט"א האט זיך געוואשן צום מלווה מלכה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, און געזינגען ניגוני שמחה והודאה און די זמירות פון מוצאי שבת, בשעת די שמחה איז דער רב ארויס אין א פייערליכע ריקוד מיטן בר מצווה בחור, און מיט בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, דערנאך איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א געטאנצן באזונדער מיטן בר מצווה בחור לקול מצהלות החסידים.

דער רב שליט"א האט געוואונטשן לחיים פארן חתן הבר מצווה, און אנגעוואונטשן לענגערע ברכות לכל הקהל הקודש. דער חתן הבר מצווה האט דאן געזאגט די פשעטל און מסיים געוועהן א מסכתא. מיטן בענטשן האט דער רב שליט"א מכבד געוועהן דעם חתן הבר מצווה, און נאכן בענטשן האט דער רב שליט"א געזעגענט דעם גאנצן ציבור.

במשך די שמחה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, די פעטער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, האדמורי"ם מסטראפקוב און טריסק, די פעטער הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ בשליחות אביו האדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ וחתן האדמו"ר מוויזניץ, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא און נאך פיל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00