הויפט בלאט באריכט האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט אין ישיבה"ק אין ירושלים; דערמאנט דעם קשר עליון צווישן בעלזא און סאטמאר

האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט אין ישיבה"ק אין ירושלים; דערמאנט דעם קשר עליון צווישן בעלזא און סאטמאר

געשריבן דורך admin

מוצאי שב"ק פ' נצבים • כ"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארלאפאנעם וואך בעת כ"ק האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א איז געווען צוגאסט אין ירושלים אפרוה איז דער אנגעקומען אויף שחרית אין די ישיבה גדולה מאחנובקא בעלזא וואס האט זיך פאריגע יאהר אריבערגעצויגן קיין ירושלים, און צו דעם זמן אין א נייע לאקאל אויף די בר אילן גאס, וואו דער רבי האט נאך שחרית מעריך געוועהן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן דברות קודש. 

אנהויב די דברות קודש האט דער רבי שטארק משבח געווען זיין חשובע בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו פון וויליאמסבורג וואס געבט אוועק זיין דירה אין ירושלים דורכאויס די פארלאפענע יארן, וואו דער רבי האלט זיך אויף עטליכע וואכן דורכן זומער למנוחת הנפש. דער רבי האט ערוענט אז אין אכסניא האט ער געזעהן א קונטרס וואס דער נדיב ר' יואל הי"ו האט ארויסגעגעבן, און וועלכן עס ווערט מבואר די שיטה הקדושה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און בין הפרקים ווערט  באשריבן די נאנטע קשר צווישן הרה"ק מסאטמאר זי"ע און הרה"ק מבעלזא זי"ע.

דערביי האט דער רבי אנגעבאטן א פארשלאג פאר'ן נגיד ר' יואל, אז ער זאל נעמען אויף זיך אויסצוהאלטן די ישיבה הקדושה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לשמו ולזכרו הטהור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און דורכדעם מקיים זיין דעם 'ולדבקה בו' גייענדיג אין די דרכים פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע, וועלכע האט אלע יארן געהאלטן א נאנטן קשר מיט בית בעלזא כידוע.

אויך האט דער רבי דערמאנט זיין פרעזענליכע קשר צום סאטמארער רב, נאכדעם וואס דער סאטמאר רב זי"ע איז געווען די מסדר קידושין פון זיין טאטן ביי זיין חתונה בשנת תש"ו. און מרחיב געוועהן איבער דער ענין פון התקשרות לצדיקים און גייען אינעם אויסגעטראטענעם דרך וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע רבי'ס לבית בעלזא.

נאכן לחיים זענען די בחורים דורך, מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן צום נייעם יאהר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00