מאנטאג פ' נצבים • כ"ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם מוצאי שבת פ' כי תצא איז פארגעקומען אין קרית יואל די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אייניקל פון הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב ביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל, בן הנולד ביי זיין זון הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, וואס איז אן איידעם ביי הרה"צ ר' אברהם יהושע איגר שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק לובלין בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאלטישאן בארא פארק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל.
ביים אנקומען האבן זיך די אדמור"ים ווארעם באגריסט איש את רעהו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און די זמירות מלוה מלכה. דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הפדיון, אלס כהן הפודה האט געדינט הגה"צ ר' פנחס כ"ץ שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא בארא פארק.
נאכן פדיון האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, און די זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט אז א פדיון הבן אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די ימי הרחמים והרצון, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בעל שמחה, א ברכה מיוחדת פאר מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און פאר די חשוב'ע זיידעס און דעם גאנצן ציבור הנאספים.