דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
מאסן באבובער חסידים תושבי ארץ ישראל זענען אונטער די טיפע רושם פונעם גייסטרייכן ערשטמאליגע כינוס חסידי באבוב בארצינו הקדושה וואס איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אין די גיגאנטישע באלג'יו זאל אין שטאט בת ים סמוך ונראה צום קרית מלך רב קרית באבוב.שוין עטליכע וואכן וואס חסידי באבוב אין ארץ ישראל האבן זיך געגרייט בהכנה דרבה ובחדוה עילאה צום דעם היסטארישע כנסיה לשם שמים – א נאכט פון חיזוק והתעוררות במשנתם פון די פריערדיגע באבובער צדיקים און יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז עינו ולבו שם כל הימים מיט א זעלטענע חביבות יתירה צו די קהילה הקדושה אין ארץ ישראל – און בו בזמן אוועקצושטעלן א פעסטע יסוד איתן פאר די קהלה און מוסדות באבוב אין שטאט בני ברק וואס ציילט שוין היינט העכער 200 משפחות בליעה"ר.די כינוס נכספה נפשי איז באקרוינט געווארן מיט'ן פעזענליכן השתתפות פונעם אורח הדגול הרה"צ ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פאר בשליחות הקודש.פון אלע שטעט האבן זיך ארויסגעלאזט שיירות צום כינוס, כולם נקבצו ובאו מיט איין מטרה – לשמוע את דבר ה' און זיך מחזק צו זיין ואיש את רעהו יעזורו.
ווי נאר די טויערן האבן זיך געעפענט, האט זיך אנטפלעקט א מייסטערהאפטיג בילד ווי ס'איז געוועהן אויסגעשטעלט א הערליכע פארשטעלונג איבער קורות ימי באבוב אין ארץ ישראל. די גאנצע מעמד איז געווען באגלייט דורך די בארמיטע מלכות קאפעליע צוזאמען מיט מקהלת באבוב, וועלכע האבן הערליך שיין אראפגעזינגען די ניגוני קודש לבית באבוב.דער יושב ראש המעמד האט באגריסט דעם גאנצן ציבור בברכת ברוכים הבאים און ארויסגעברענגט די מטרת הועידה.לקול תרועת הזמר האט מען מקבל פנים געווען די חשובע גאסט הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א, וועלכע האט זיך ווארעם באגריסט מיט אלע אנוועזנדע רבנים ודיינים אויפן אויבן אן.דאן האט אויפגעטראטן הגה"צ אבד"ק קרית באבוב שליט"א און קודם בשם כל הקהל מקדם געווען בברכה דעם גאסט, שלוחו של אדם כמותו און משמיע געווען דברי ברכה לכבוד המאורע.צום הויכפונקט האט די אורח הכבוד הרה"צ ר' חיים שליט"א אויפגעטראטן מיט'ן דבר המעמד. באלד בתחילת דבריו האט ער ארויסגעברענגט ווי אביו הגדול דער רב שליט"א האט איהם ממנה געוועהן מיט דעם חשובן שליחות, און ווי די היינטיגע מעמד איז אזוי קרוב ללבו הטהור.
א לענגערע צייט האט ער ארומגערעדט בשבחם פון די קהילת ומוסדות אין ארץ ישראל המתנוססים לשם ולתהילה, און איבער די וויכטיקייט פון זיך האלטן בדרך אבותינו ורבותינו הק', זיך האלטן באחדות אלע חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און ווי אויך איבער די וויכטיגקייט פון שטיצן די קהלה אין בני ברק און דורכדעם זיך פאראייניגן כאיש אחד בלב אחד.דערנאך איז אויפגעשפילט געווארן א פרעזאנטאציע באגלייט מיט הערליכע חרוזים איבער די בלוה און וואוקס איבער קהילת ומוסודת באבוב ברחבי ארה"ק.ס'געווען א מחזה הוד ווי אלע הונדערעטער משתתפים האבן זיך געשלענגעלט אין די רייע איבערצוגעבן זייער שטרי התחייבות וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען ולעומתו ברוך יאמרו האט הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א איברגעגעבען האניג וואס איז געבענטשט געווארן דורך אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.מיט דעם האט זיך געשלאסן די געהויבענע נאכט – מלא חיזוק, התרוממות און התעוררות.